רוי:מאגישער טעפעך

ווערסיע פון 20:52, 27 פעברואר 2021 דורך 109.65.65.60 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

"רייַטנדיק אויף א פֿליענדיקער טעפּעך", א וויקטאָר וואַסנעצאָוו בילד פֿון 1880

א מאַגישער טעפּעך (אויך גערופן א פֿליענדיקער טעפּעך) איז א לעגענדאַרישער טעפּעך וואס קען ווערן באנוצט צו טראַנספּאָרטירן זיינע רייַטערס צו זייערע ציל שנעל אדער שוין באַלד.

ערשט האבן מאַגישע טעפּעכער דערשייַנט אין דער אַראַבישער אדער פּערסישער פֿאָלקלאָר, און זיי זענען דערמאנט אין די מעשיות פֿון טויזנט און איין נעכט. די הצלחה פֿון דער מעשה-ציקל אין אייראפע האט געבראכט דער טערמין צו דער אייראפעישער פֿאָלקלאָר.

לויט דער רוסישער פֿאָלקלאָר האט די מכשפֿה באַבאַ יאַגאַ געגעבט איוואַן דער נאַרישער א פֿליענדיקער טעפּעך . דער טעפּעך ווערט באַשרייַבט אין פילע בילדער פֿונעם רוסישער מאָלער וויקטאָר וואַסנעצאָוו.

אַ סך פֿילמען האבן גענוצט מאַגישע טעפּעכער, וואס שליסן איין די "דער גנב פֿון באַגדאַד" פֿילמען (1924 און 1940) און דער אַנימירטער פֿילם "אַלאַדין" פֿון די וואָלט דיזני פירמע.

יידישקייט

די באַשרייַבונג פֿון א מאַגישער טעפּעך דערשייַנט אויך אין דער יידישער פֿאָלקלאָר, אין די לעגענדע פֿון דער טעפּעך פֿון שלמה המלך, וואס פֿליט דורך שלמה'ס קאנטראל איבער דער ווינט און דערלויבט אים צו עסן פֿרישטיק אין דמשק און נאכטמאל אין מדי.

וועבלינקען