רוי:לייזער וואלף

ווערסיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

לייזער וואָלף (דער אמתדיקער פאַמיליע-נאָמען – מעקלער, 1910, ווילנע – 1943, לעבן סאַמאַרקאַנד) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, פּראָזאַיִקער, איינער פון די גרינדער פון דער ליטעראַרישער גרופּע "יונג-ווילנע".

לעבנסגעשיכטע

לייזער וואָלף איז געווען דאָס פערטע קינד אין אַ אָרעמער משפּחה פון אַ מאַליער. ער האָט פאַרענדיקט זעקס קלאַסן פון אַ ייִדישער פאָלקס-שול. ווײַטער האָט ער ניט געקאָנט לערנען צוליב פינאַנסיעלע שוועריקייטן און דעריבער אָנגעהויבן העלפן דעם פאָטער אין זײַן אַרבעט. שפּעטער האָט ער זיך אויסגעלערנט די מלאכה פון הענטשקעס-מאַכער.

לייזער וואָלף האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער נאָך זענענדיק אַ שילער. אין 1926 איז אין דער וואַרשעווער צײַטונג "ליטעראַרישע בלעטער" פאַרעפנטלעכט געוואָרן זײַן ערשט ליד. זינט דעם סוף פון די 1920ער יאָרן און ביז 1940 האָט לייזער וואָלף פּראַקטיש יעדן טאָג זיך געדרוקט אין דער צײַטונג "ווילנער טאָג". אין 1934 – 1936 איז ער געווען אַ מיטרעדאַקטאָר פון אויסגאַבעס פון דער גרופּע "יונג-ווילנע" "גריננינקע בוימעלעך" "יונגוואַלד" אא. לייזער וואָלף האָט אויך פאַרעפנטלעכט זײַנע ווערק אין די ניו-יאָרקער אויסגאַבעס "צוקונפט", "אין זיך", פאָרווערטס" אינעם מינסקער זשורנאל "שטערן" אין דער צײַטונג "ביאַליסטאָקער שטערן" אא. ביזן סוף פון 1939 האָט לייזער וואָלף געוווינט אין ווילנע. דערנאָך איז ער אַריבערגעפאָרן קיין ביאַליסטאָק, פון דאָרטן אין מערץ 1940 – קיין דניעפּראָפּעטראָווסק, און האַרבסטצײַט 1940 – קיין נאָוואָמאָסקאָווסק פון דער דניעפּראָפּעטראָווסקער געגנט. זומער-צײַט 1941 איז דער דיכטער אַוועקגעפאָרן אין עוואַקואַציע קיין אוזבעקיסטאַן. דאָרט האָט ער געאַרבעט אויף פאַבריקן און אין קאָלווירטן. געשטאָרבן פון הונגער אין אַ קאָלווירט 70 קילאָמעטער פון דער שטאָט סאַמאַרקאַנד.

זײַנע ביכער

  • שוואַרצע פּערל. לידער, ווילנע, 1939
  • מזרח און מערב. ראָמאַן, ווילנע, 1939
  • מאָטקע חב"ד. קאָמעדיע, ביאַליסטאָק, 1940
  • ליריק און סאַטירע, מאָסקווע, 1940
  • די ברוינע בעסטיע. לידער, מאָסקווע, 1943
  • לידער, ניו-יאָרק, 1955

וועבלינקען