רוי:ליווערפול

ווערסיע פון 12:22, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ליווערפול וואסערפֿראנט

ליווערפול (ענגליש: Liverpool) איז א שטאט און מעטראפאליטאנער בארא אין מערזיסייד, ענגלאנד, אויף דער מזרח זייט פון דער מערזי לעפצונג. זי איז געגרינדעט געווארן אין 1207 און באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט אין 1880. ליווערפול איז די פערטע גרעסטע שטאט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך מיט א באפעלקערונג פון 435,500, .[1]

ליווערפול איז א גרויסע פארט שטאט. ביים אנהייב 19טן יארהונדערט, איז 40% פון דער וועלט'ס מסחר אדורכגעגאנגען ליווערפול'ס דאקן, אזוי איז ליווערפול געוואקסן א הויפט שטאט.

רעפערענצן

  1. "עיקר סטאטיסטיק פאר שטאטישע שטחים אין צפון - אינהאלט, ארײַנפֿיר, טאבעלעס KS01 - KS08" (PDF). Office for National Statistics. Retrieved 2010-01-28.



מוסטער:אייראפע-געא-שטומף