רוי:לאנדאנער וואקזאלן

ווערסיע פון 12:22, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

די לאנדאנער וואָקזאַלן (ענגליש: London Terminals) גרופע איז א רינג פון 18 באן סטאנציעס וואס זענען באדינט דורך דער served by the נאציאנאלע באן נעצווערק אין  צענטראל לאנדאן. מערסטנס זענען זיי עכטע וואקזאלן, אבער טייל זענען דורך־סטאנציעס (אויך סטאנציעס מיט סיי סוף־פעראנען סיי דורך־פעראנען). יעדע איינע פון די דאזיקע סטאנציעס געהערט צו אן "אויסגעטראכטע לאקאציע" to צו וועלכער מען גיט ארויס בילעטן פון דרויסנדיקע סטאנציעס.[1]

די אלע סטאנציעס אין דער גרופע זענען אין לאנדאנער פארגעלט זאנע 1. פארוואס לאנדאן האט אזויפיל וואקזאלן גייט צוריק צו דעם 19טן יארהונדערט ווען פארלאמענט האט אפגעזאגט די באן ליניעס פון אריינקומען אין צענטער פון לאנדאן, במילא זענען די וואקזאלן געבליבן אין א רינג ביים עק פונעם צענטער, מיט אונטערגרונט אייזנבאנען כדי צו פארן פון איינער צו א צווייטער.

רוב פון די גרעסערע סטאנציעס וואס נעצווערק באן פארוואלטעט זענען אין דער גרופע.[2]

הינטערגרונט

די ערשטע לאנדאנער וואקזאלן האט מען געבויט אין די סוף 1830ער יארן (די ערשטע איז געווען לאנדאן ברידזש אין 1836) און די אנהייב 1840ער יארן.

בערך דארט וואו ס׳איז היינט די לאנדאנער רינג וועג איז דער גרענעץ פון דעם צענטער שטח אין וואס מען האט נישט געלאזט קיין באנען צפון פונעם טעמז אריינצופארן. מען האט באשלאסן אז מען זאל בויען א קיילעכדיקע באן צו פארבינדן די וואקזאלן, וואס איז געווארן די קרייז ליניע, אויבוואויל זי איז נישט געווען פארטיג ביז 1884.[3] דער לעצטער וואקזאל איז געווען מארלעבאן, פון דער גרויס-צענטראלע באן, וואס האט געעפנט אין 1899.[4]

מיטגלידער פון דער גרופע

אין 2017, באשטייט די גרופע פון: [5]



רעפערענצן

  1. NFM 98. National Fares Manuals. London: Association of Train Operating Companies (ATOC Ltd). January 2008.
  2. Stations Run by Network Rail. נעצווערק באן (2011). דערגרייכט דעם ‏23סטן אויגוסט 2011.
  3. Jackson 1984, pp. 19,21.
  4. Davies & Grant 1983, p. 36.
  5. Travelling to, from and via London. National Rail Enquiries website. Association of Train Operating Companies (ATOC Ltd) (2011).