רוי:לאמע
|
לאמע (פראַנצויזיש: Lomé) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון טאגא. לאמע געפינט זיך אויפן איינגאס פון גינע און איז דער הויפט פארט פון טאגא. די שטאט עקספארטירט קאווע, קאקאא, קאפרא און פאלמעס אויל. אויך האט זי א נפאט ראפינעריע. זי האט א באפעלקערונג פון 837,437 באוואוינער.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|