רוי:ל"ג בעומר

ווערסיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

ל"ג בעומר איז א יידישער פייערטאג וואס מען פייערט דעם 33 סטן טאג פון עומר-ציילונג צום אנדענק פון רבי שמעון בר יוחאייארצייט.

מען זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען (אין מערסטע קהילות זאגט מען אויך נישט ביי מנחה דעם פריערדיגן טאג). ביי אשכנזים איז מען זיך נוהג אז מען מעג זיך שערן און חתונה האבן ל"ג בעומר. ווען ל"ג בעומר געפאלט זונטאג שערט מען זיך דעם פריערדיגן ערב שבת.

די חדר יינגלעך האבן דעם טאג א יומא דפגרא. מען איז געוואוינט צו מאכן אויספלוגן פאר די קינדער.

מנהגים

 
דער קבר פון ר' שמעון בר יוחאי

אין חוץ לארץ איז אלעמאל געווען דער מנהג אז די חדר יינגלעך גייען אויף אן אויספלוג דעם טאג, און מען שפילט מיט פיילן און בויגן.

דער מנהג פון ארויפֿגיין קיין מירון ל"ג בעומר ווערט דערמאנט צום ערשטן און ספר שער הכוונות פון רבי חיים וויטאל, אז זיין רבי דער אר"י הקדוש איז דארט ארויף, אבער ער שרייבט דעם לשון אז דאס איז שוין דעמאלט געווען אן אלטער מנהג.

היינטיקע צייטן גייען ארויף קיין מירון ארום א האלבער מיליאן מענטשען, עס ווערט אנגעצינדען דארט א גרויסע הדלקה דורך דעם באיאנער רבי'ן וואס האט דאס בירושה פין זייו זיידן הר"ר ישראל פון רוזשין, וואס האט אפגעקויפט די רעכט אנצינדן די הדלקה פון די יידן אין צפת. אויך ווערן אנגעצונדן הדלקות דורך אנדערע אדמורי"ם.

אסאך פירן זיך אפצושערן זייערע דריי יעריקע אינגלעך און זיי מאכן פיאות וואס ווערט אנגערופן חאלאקע. דער מנהג ווערט אויך דערמאנט אין שער הכוונות.

מוסטער:ייִדישע חגים