רוי:יתרו

ווערסיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
יתרו מיט משה רבינו (ציכונג)

יתרו ווערט גערופן כהן מדין דאס מיינט דער האר פונעם לאנד מדין, דער טאטע פון צפורה די ווייב פון משה רבנו. אין דער תורה ווערט ער אויך גערופן מיט דעם נאמען רעואל. און אויף זיין נאמען ווערט גערופן די פינפטע פרשה און סדר שמות פרשת יתרו.

דער מדרש ברענגט אז יתרו האט געהאט זיבן נעמען: יתר, יתרו, חובב, רעואל, חבר, פוטיאל און קיני (זעט מדרש תנחומא, פרשת שמות סימן י"א, דיבור המתחיל "מה כתיב"). מען טרעפט אויך דערמאנט אין די ווערטער פון חז"ל אז כאטש ער האט אפגעדינט אלע עבודה זרות וואס זענען געווען אין זיין צייט, און איז אויך געווען פון די נאנטע ראטגעבער ביי פרעה (שמות רבה כז, ו) - האט ער צום סוף אנערקענט אין אידישן תורה און גאט, און זיך מגייר געווען.

און דעריבער איז ער אנדערש געווען פון איוב און בלעם הרשע וועלכע זענען אויך געווען אין זיין צייט פין פרעה'ס עצה געבער (בבלי, מסכת סוטה דף י"א עמ' א).

זעט אויך

fa:شعیب