רוי:ישראל מיטלמאן

ווערסיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

ישראל מיטלמאַן (אוקראיניש: Ізраїль (Ісроель) Мітельман;‏ 1898 – 1951) איז געווען אַ ייִדישער סאָוועטישער ביבליִאָגראַף, אַ מומחה אויף שלום-עליכמס שאַפונג.

לעבנסגעשיכטע

ישראל מיטעלמאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל סאַטאַנאָוו פון דער פּאָדאָלער גובערניע, רוסלענדישער אימפּעריע (איצט – אינעם באַשטאַנד פונעם האָראָדאָקער ראַיאָן פון דער כמעלניצקער געגנט, אוקראַיִנע). אין אָנהייב 1941 האָט ער צוזאַמען מיט כאַצקל נאַדעלן אַרויסגעגעבן אינעם פאַרלאַג "דער אמת" אַ באַנד "אויסגעקליבענע בריוו" פון שלום-עליכמען. מאַטעריאַלן פאַר דעם באַנד האָבן זיי צונויפגעקליבן סײַ אינעם ראַטנפאַרבאַנד סײַ אין אויסלאַנד.


וועבלינקען