רוי:ישעיה יואל אונגאר
ר' ישעיה יואל אונגאר (נפ' תשע"ד) איז געווען דער לעגענדארער און העכסטער גבאי אינעם סקווערער הויף, זייט דער סקווערער רבי - יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל האט זיך באזעצט אין וויליאמסבורג אום יאר תש"י, ביז זיין פטירה אינעם טיפער עלטער, יאר תשע"ד, משמש זייענדיג גאר בנאמנות אינעם סקווערער הויף, און האבנדיג א ריזן טייל אין איר אויפבוי און בלי, אין די לויף פון די אלע יארן.
ר' ישעיה איז געווען א זון פונעם קאפאווארער רב ר' אברהם צבי אונגער הי"ד, און זיינע ברודער זענען:
- ר' יצחק שלמה אונגער - ראש ישיבה פון חוג חתם סופר
- ר' זלמן אונגער זצ"ל - דיין פון שיכון סקווירא
- ר' מיכל אונגער א לאנגיעריגער מלמד דרדקי מומחה.
זיין איידים איז רבי יוסף ישראל אייזנבערגער, דער היינטיגער דומ"ץ פון שיכון סקווירא.