רוי:רבי ירחמיאל צבי האלפערט

ווערסיע פון 21:44, 27 דעצעמבער 2017 דורך YI>פוילישער (קאטעגאריע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


 

רבי ירחמיאל צבי האלפערט (כ"ו סיון תשכ"ב - כ"ו חשוון תשע"ד) איז געווען נשיא פון דער 'אהבת תורה' ישיבה, און איינער פון די ראשי כולל פונעם 'דברי אברהם' (פינטער'ס) כולל אין לאנדאן. ער האט מחבר געווען די ספרים 'תפארת צבי' אויף מסכתות הש"ס און מועדים.

ביאגראפיע

רבי ירחמיאל צבי האלפערט אין געבוירן כ"ו סיון תשכ"ב צו רבי אפרים פישל האלפערט, וואס שטאמט פון דער באקאנטער רבנישער משפחה האלפערט דור אחר דור רבנים וגדולי תורה.

ער האט געלערנט אין ישיבה קטנה ביי רבי משה שמואל שפירא ווי ער איז געווארן פון זיינע נאנטע תלמידים און דערנאך אין דער בריסקער ישיבה פון רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק. ביי די 18 יאר האט ער שוין געענדיגט צוויי סדרים פון ש"ס. נאך זיין חתונה מיט דער טאכטער פון ר' חיים יעקב ווארהאפטיג פון לאנדאן, האט ער געלערנט אינעם כולל ש"ס פונעם כולל שומרי החומות.

אין די יונגע 20ער יארן האט אים פארהערט אויף גאנץ ש"ס דער אנטווערפענער רב, הרב אלטער אליהו רובינשטיין.

ער איז געווארן דער נשיא פון דער "אהבת תורה" ישיבה וואו ער איז געווען א מגיד שיעור, און אויך א ראש כולל פון דער "דברי אברהם" כולל אין סטאמפארד היל, לאנדאן. ער האט ארויסגעגעבן זעקס ספרים אויף ש"ס און ימים טובים.

ער איז נפטר געווארן ביי דער עלטער פון 52 יאר כ"ו מרחשון תשע"ד.