רוי:רבי יעקב יצחק רודערמאן

ווערסיע פון 23:33, 15 אויגוסט 2020 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי יעקב יצחק רודערמאן

הרב יעקב יצחק הלוי רודערמאן (Yaakov Yitzchok Ruderman;‏ ט"ו אדר ב' ה'תר"ס, 1900י"ד תמוז ה'תשמ"ז, 1987) איז געווען דער גרינדער און ראש ישיבה פון ישיבת נר ישראל אין באלטימאר, מערילענד, פאראייניגטע שטאטן, און א מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקע.

לעבנסגעשיכטע

הרב רודערמאן איז געבוירן געווארן אין דאלינאוו, ווייסרוסלאנד, דעמאלסט אינעם תחום המושב אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אין בעלארוס). ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה, וואו זיין פאטער, רבי יהודה לייב רודערמאן איז געווען שטאטס רב. ער האט געלערנט ביים אלטער פון סלאבאדקע און ביים ראש ישיבה, הרב משה מרדכי עפשטיין.

אין תר"ץ האט הרב רודערמאן משתתף געווען אינעם אויפשטעלן פון דער ישיבה אין ניו הייוון, קאנעטיקוט, צוזאמען מיט זיין שווערו, הרב שעפטל קרעמער (אן איידעם פון רבי שרגא פייוול פראנק). אין תרצ"ג איז ער אריבער קיין באלטימאר, וואו ער האט אנגעהויבן אויפשטעלן ישיבת נר ישראל צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב נפתלי ניובערגער, אן אגודת ישראל עסקן אין די פאראייניגטע שטאטן. א סך פון זיינע תלמידים האלטן רבנות שטעלעס אין אמעריקע און אנדערע לענדער.

זיינע תלמידים

צווישן זיינע תלמידים זענען:

זיינע ספרים

  • עבודת לוי
  • שיחות לוי - אויף פרשת השבוע.
  • משאת לוי - אויפן מנחת חינוך. די לעצטע צוויי האבן זיינע תלמידים צוזאמענגעשטעלט נאך זיין פטירה.

מוסטער:רב-שטומף