דרעפט:רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים

ווערסיע פון 05:32, 18 פעברואר 2026 דורך אייזיקל (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט ''''רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים''' (געבוירן חשון תשמ״ב) איז דער קרעטשניף כפר אתא רבי, וועלכער וואוינט אין ירושלים. == '''ביאגראפיע''' == רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים איז געבוירן געוואָרן אין חשון תשמ״ב (1981) אין ניו יארק, אלס דריטער זון פֿון רבי רבי זיידא אליעזר...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים (געבוירן חשון תשמ״ב) איז דער קרעטשניף כפר אתא רבי, וועלכער וואוינט אין ירושלים.

ביאגראפיע

רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים איז געבוירן געוואָרן אין חשון תשמ״ב (1981) אין ניו יארק, אלס דריטער זון פֿון רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים, דער קרעטשניף סיגעטער רבי, און זײן ווייב הרבנית פרומט.

בײ זײן ברית האָט מען אים גערופן "ניסן חיים מרדכי"; ניסן נאך זיין זיידן רבי ניסן חיים ראזנבוים, אב"ד בראדשין און חיים מרדכי נאך זיין זיידן רבי חיים מרדכי בעל דבר חיים מאנדבורנא זצ"ל.

אין יאָר תשמ״ד (1983–1984), ווען ער איז געווען צוויי יאָר אַלט, האָט זײן משפּחה זיך געצויגן קיין ארץ ישראל און זיך באַזעצט אין ירושלים. ער איז דאן אריין לערנען אין סאטמארער תלמוד תורה.

אין זיינע יונגע יארן האט דער קליינער מרדכי אנגעקניפט א שטארקן קשר מיט זיין זיידן רבי הערשעלע קרעטשניפער, וועלכער האט גאר שטארק ליב געהאט דעם אייניקל מרדכי'לע. נאך פאר זיין בר מצוה האט ער געהאט א חברותא'שאפט מיט זיין זיין רבי הערשעלע און געלערנט יעדן פארטאגס.

פאר א תקופה פון זעקס יאר האט ער געוואוינט מיט זיין זיידן און אים באדינט. דער זיידע האט אים אפילו געהייסן זיך אומקוקן צו דער עבודה פון ליינען קוויטלעך.

ביי די 12 יאר האט ער אפגעשריבן תורות פון זיין זיין רבי הערשעלע און עס ארויסגעגעבן אלס א חיבור מיט'ן נאמען "בצל האמונה".

אין עלטער פון 15 יאָר האָט ער פאַרלוירן זײן מאַמע. כ"ח סיוון תשנ"ח, איז זיין מאמע, א טאכטער פון רבי יחזקאל מערץ, נפטר געווארן אין א יונגן עלטער פון 46 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט פאר א וויילע מיט דער ביטערער מחלה.

אלס בחור האט ער פאר א קורצער צייט געלערנט אין ישיבת תורת חסד אין לאנדאן, אזוי אויך ביי הגאון רבי מרדכי בעק אין מאנסי.

אלס בחור איז ער נתקרב געווארן צו דער ברסלבער חסידות.

דער רבי האט בזיווג ראשון חתונה געהאט קיין מאנסי, וואו ער האט געוואוינט פאר אכט יאר.

אין יאר תשס"ט האט ער זיך געצויגן קיין אומאן, אוקראינע, און דארט געוואוינט פאר פיר יאר, ביז ער איז צוריק ארויף קיין ארץ ישראל און חתונה געהאט בזיווג שני און אויפגעשטעלט זיין שטוב.

ירושלימ'ער לבוש

דער רבי גייט אנגעטון מיט'ן ירושלימ'ער לבוש טראצדעם וואס זיינע עלטערן זענען נישט געגאנגען דערמיט. ווי ער דערציילט איז ער אמאל געווען אין אומאן און איינער האט ליידער גערעדט דברי כפירה. "איך האב דאן געריסן קריעה, און געבליבן אן א בעקיטשע. דער איד האט דאן חרטה געהאט און מיך פשוט געגעבן זיין ירושלימ'ער קאפטן." זינט דאן איז ער פארבליבן מיט א קאפטן[1]

אדמו״רות

נאָך דער פּטירה פֿון זײן טאטן, דער קרעטשניף סיגעטער רבי, איז ער אויפֿגענומען געוואָרן אלס אַדמו״ר מקרעטשניף כפר אתא, אויפ'ן נאמען פון דער געגנט וואו זיין זיידע רבי הירשעלע קרעטשניפער האט געדינט פאר א תקופה.

זײן דרך איז אייגנארטיג. עס ווערט באצייכנט ווי א שילוב פון קרעטשניפער חסידות מיט ברסלב'ער עבודת השם.

אין זײן הנהגה האָט ער זיך אויסגעצייכנט מיט אַן עמאָציאָנעלע און אינטענסיווע עבודת השם, וואס ציט צו זיך פילע חסידים און מבקשי דרך, ספּעציעל צווישן יונגע מענטשן וואָס זוכן חיזוק.


זעט אויך

  • חסידות קרעטשניף

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס

א פראפיל אויפ'ן רבי'ן אין כיכר השבת

מאגאזין מאמענט

מאגאזין ניצוצות

א באריכט פונעם ערשטן שבת