רוי:רבי אליקים שלעזינגער
רבי אליקים שלעזינגער (כ"ז חשון ה'תרפ"ב - י"ז שבט ה'תשפ"ו) איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבת הרמה אין סטעמפארד היל, לאנדאן.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין עסטרייך צו זיין טאטן רבי דוד.
אין יאר תרצ"א האבן זיינע עלטערן אימיגרירט קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין תל אביב. ער האט געלערנט אין ישיבת קאמעניץ און ישיבת לומזשא אין פתח תקוה.
ער איז געווען אן איידעם פון ר' משה בלוי, און א נאנטער תלמיד פונעם בריסקער רב און דעם חזון איש.
אויף דער המלצה פון בריסקער רב האט ער זיך געצויגן קיין אייראפע. ער האט צוערשט געדינט אלס ראש ישיבה אין בעלגיע, און שפעטער זיך געצויגן קיין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געגרינדעט ישיבת הרמה. ער איז געווען א ראש ישיבה מער ווי א יובל יארן, און האט אוועקגעשטעלט הונדערטער תלמידים.
ער האט מחבר געווען דאס ספר בית אב על התורה ושיחות, און איז געווען א גרויסער לוחם מלחמות השם.
אזוי אויך איז ער געווען דער פארזיצער פונעם וועד להצלת בתי עלמין אין אייראפע, וואס ראטעוועט צענדליגער טויזנטער קברים אין גאנץ אייראפע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
ער איז נפטר געווארן אום י"ז שבט ה'תשפ"ו אין עלטער פון 104 יאר.