רוי:יעקב גארדין

ווערסיע פון 08:01, 31 אויגוסט 2013 דורך YI>Kolega2357 (ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אידן צו קאַטעגאָריע:אמעריקאנער יידן)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

יעקב גארדין

יעקב מיכאַילאָװיטש גאָרדין (1טן מיי 1853 - 11טן יוני 1909 ) איז געװען א ײדישער־אמעריקאנער דראמאטורג, געבוירן אין רוסלאנד.

ער איז בעיקר באַרימט געװאָרן דורך זײנע פּיעסעס, אָבער ער האָט אױך געשריבן אַ סך ביכער.

יונגע יאָרן

ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט מירגאָראָד, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אוקראַיִנע). אײדער ער איז אָנגעקומען קײן ניו־יאָרק, אַמעריקע ,אין 1891, האָט ער געאַרבעט װי אַ פּױער, אַ זשורנאַליסט, אַ מאַטראָס און נאָך װי אַן אַקטיאָר.

װערק

ער האָט געשריבן כּמעט 70 פּיעסעס. זײן ערשטע װערק, װאָס האָט זיך געהײסט סיביר, איז דערשינען אין יאָר 1891. זײן ערשטע גרױסע הצלחה איז אָבער געװען דער ײִדישער קעניג ליר, לױט שעקספּיר, װעלכע איז דערשינען אין 1893.

לױט דער קעמברידזש היסטאָריע פֿון ענגלישער און אַמעריקאַנישער ליטעראַטור, די גרעסטע פֿון זײנע פּיעסעס זענען מירעלע אפֿרת (1898), גאָט, מענטש און טײװל (1900) און דער אומבאַקאַנטער (1905).