רוי:רבי נח וויינבערג

ווערסיע פון 03:56, 17 יולי 2025 דורך אייזיקל (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט נאך אינפארמאציע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי נח וויינבערג
געבורט ה'תר"צ
טויט י"א שבט ה'תשס"ט (אלט: 79 בערך)
טעקע:Rab noach wienberg.jpg
הרב נח וויינבערג

רבי ישראל נח וויינבערג (י"ח שבט ה'תר"צ - י"א שבט ה'תשס"ט) איז געווען א פיאנער אין דער וועלט פון תשובה. ער איז געווען דער גרינדער און אנפירער פון די ישיבות ישיבת אור שמח און אש התורה מיט פיליאלעס איבער דער גארער וועלט.[1]

ביאגראפיע

רבי נח איז געבוירן געווארן י"ח שבט ה'תר"ץ, צו א חסידישער פאמיליע, אפשטאמיגע פון דער סלאנימער גזע. זיין טאטע איז געווען הרב מתתיהו וויינבערג און זיין מאמע איילה הינדא (לארבערבוים).

זיין טאטע, רבי מתתיהו, האט אריגינעל געוואוינט אין ארץ ישראל, ביז ער איז אנטלויפן פון לאנד נאך א טראגעדיע. ער האט געצויגן פרנסה פון א ווינטמיל. איין טאג איז אן אראביש מיידל געשטארבן נאכ'ן אריינפאלן ביים ווינטמיל. רבי מתתיהו איז דאן באשולדיגט געווארן דורך די בריטן אין מארד. ער האט זיך דאן געפארכטן פון א נקמה דורך אראבער, איז ער אנטלאפן קיין אמעריקע מיט זיינע צוויי קינדער, משה און חוה.

רבי מתתיהו האט זיך דאן באזעצט אין ניו יארק, אין דער לאוער איסט סייד געגנט פון מאנהעטן. ער האט דארט געהאט נאך דריי קינדער; יעקב, וועלכער איז שפעטער געווארן דער ראש ישיבה פון ישיבת נר ישראל אין באלטימאר, א מיידל העלענע און רבי נח, דער יונגסטער אין דער משפחה.

 
רבי נח וויינבערג

זיין טאטע איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען בלויז 13 יאר אלט.

הרב נח וויינבערג איז געווען אַ תלמיד פון מתיבתא רבינו חיים בערלין, אונטער הגאון רבי יצחק הוטנער זצ"ל, מחבר פון די ספרים "פּחד יצחק". שפעטער האָט ער געלערנט אין דער "נר ישראל" ישיבה אין באָלטימאָר, ביי הגאון רבי יעקב יצחק רודערמאַן. ער האט דארט ערהאלטן סמיכה. נאָך הרב רודערמאַן, האָט הרב נח וויינבערג טאַקע געלערנט ביי זיין עלטערן ברודער הרב שמואל יעקב וויינבערג, אן איידעם פון הרב רודערמאן.[1] דערנאך האט ער שטודירט אין דעם "דזשאן האפקינס" אוניווערזיטעט.

אין יאר תשי"ג האט רבי נח זיך ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל מיט א שיף, מיט'ן ציל צו גיין פרעגן דעם הייליגן חזון איש וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אסימילירטע אידן. ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער געהערט די ביטערע נייעס אז דער חזון איש איז נפטר געווארן. ער איז דאן געגאנגען צו מירער ישיבה וואו ער האט זיך געזעצט לערנען פאר צוויי יאר און אנגעקניפט א קשר מיט'ן ראש הישיבה, רבי אליעזר יודא פינקל.

נאך זיין חתונה האט ער געוואלט ארויפגיין קיין ארץ ישראל און זיך זעצן לערנען. ער האט אבער נישט געהאלט קיין געלט דערפאר. ער איז דאן געווארן אן אינשורענס אגענט א האלבער טאג און געלערנט א האלבער טאג, אז ער זאל האבן געלט צו פארן קיין ארץ ישראל לערנען. פאר זיין פרנסה האט ער ארומגערייזט צו פילע קליינע געגנטער וואו ער האט מקרב געווען אידן צו אידישקייט.

נאכ'ן האבן גענוג געלט האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין דער מאה שערים געגנט.


ער איז נפטר געווארן י"א שבט תשס"ט און מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות.

קירוב ישיבות

ישיבת אש התורה

ישיבת אור שמח


רבי נח וויינבערג האט געשריבן 48 וועגן צו חכמה.[2]

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס:

שיעורים פון רבי נח אויף תורה עניטיים

א ביאגראפיע געשריבן דורך זיין טאכטער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!