דרעפט:אמונת ישראל

ווערסיע פון 22:58, 14 אויגוסט 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (לויט'ן טיוטה אין העברעאישן מכלול)

רבי שמואל יהודה זילבער איז דער רב פון אמונת ישראל אין בארא פארק.

ביאגראפייע

ער איז געבוירן אין בארא פארק צו רבי מרדכי מנשה זילבער, רבי פון תולדות יהודה דתלמידי סטוטשין. זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון רבי משה וואלפסאן. ער איז חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי חיים לייב כ"ץ.

ער איז געווען שטארק באליבט ביי זיין זיידן רבי משה וואס האט אים אין יאר תש"פ אויפגענומען אלס דיין אין מורה הוראה פון קהל אמונת ישראל און אלס א משפיע רוחני און ראש חבורה פון די בחורים.

נאך זיין זיידן רבי משה'ס הסתלקות, ביים לוויה אין בארא פארק, י"ז סיון תשפ"ד, איז ער אויפגענומען געווארן לויט זיין צוואה אלס רב פון דער קהילה און בית מדרש אין בארא פארק, צו דער זייט פון זיין פעטער רבי אברהם יצחק וואלפסאן וועלכער איז געקרוינט געווארן אלס רב פון דער הקהילה אין מאנסי.

ער איז באקאנט אלס א תלמיד חכם און א עובד ה', ער גיבט אויך שיעורים אין הלכה[1].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן