רוי:רבי חיים לייביש ראטענבערג

ווערסיע פון 09:23, 6 אויגוסט 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (מ'האט מיר מעורר געווען אז ביי א לעבעדיגע מענטש איז נישטא קיין שימוש הוגן)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

רבי חיים לייביש ראטענבערג
געבורט ט"ו טבת ה'תשי"ט (יארגאנג: 65)
דינאסטיע קאסאן

רבי חיים לייביש הלוי ראטענבערג (געבוירן ט"ו טבת ה'תשי"ט) איז דער רב און רבי אין קהילת נצח ישראל, אין דער פארשעי געגנט, מאנסי, ניו יארק. ער איז אויך באקאנט אלס קאסאן פארשעי, זייענדיג א זון פון דעם קאסאנער רבי ז"ל.

ביאגראפיע

רבי חיים יהודה לייביש ראטענבערג איז געבוירן געווארן אין די בראנקס צו רבי מנחם ישראל הלוי ראטענבערג, דער קאסאנער רבי. ער האט געלערנט אין צעהלימער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג[1]. ער איז געווארן אן איידעם ביי חיים שלמה ראטענבערג פון קאזעווע.

זיינע ברידער זענען אויך רבי'ס, ווי דער קאסאנער רבי פון לינדען/בארא פארק, לעיקוואוד, לאנדאן און נאך.

דער רבי פירט היינט די קאסאן פארשעי קהילה אין דער פארשעי געגנט אין מאנסי, ניו יארק. פאר עטליכע יאר האט דער רבי געהאט א ישיבה גדולה.

בית המדרש נצח ישראל

דער בית המדרש איז געעפנט געווארן דורך זיין שווער, רבי חיים שלמה ראטענבערג, אין יאר ה'תשמ"ו. ווען דער איידעם רבי חיים לייביש שטייט צו זיין רעכטער האנט מיט סיי וואס עס האט אויסגעפעלט.

ווען זיין שווער איז נפטר געווארן האט ער איבערגענומען די הנהגה פון דער שול.

היסטאריע

  • שמיני עצרת, ה'תשנ"ב, האט פאסירט א פייער וואס האט גענצליך פארניכטעט דעם ביהמ"ד. און עס איז שפעטער גענצליך איבערגעבויט געווארן.
  • חנוכה, ה'תש"פ, בשעת דער רבי האט געצינדן חנוכה-ליכט איז פארגעקומען א שוידערליכע אטאקע, ווען טעראריסט האט דערשטאכן עטליכע אידן; אריינגערעכנט איין איד, רבי יוסף ניימאן, וועלכער איז ליידער טראגיש אומגעקומען פון די וואונדן וואס ער האט געליטן ביים שטעכעריי.

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 70

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!