רוי:רבי יוסף אלימלך האלבערשטאם

ווערסיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רבי יוסף אלימלך האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרכ"ט - ח' טבת ה'תרס"ז), רב אין קשאנאוו

אפשטאם

רבי יוסף אלימלך איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ט (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת מישקיט א טאכטער פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר פון דאמבראווא.

רבנות

רבי יוסף אלימלך איז געווען דאס ליבלינגס קינד פון זיין זיידע דער קשאנאווער רב, ער איז געפארן מיט אים אויף א שבת קיין יאווארויזשנא, אים צו מאכן דארט רב. נאך זיין זיידן'ס פטירה האט רבי יוסף אלימלך קאנדידירט פאר דעם קשאנאווער רבנות קעגען זיין פעטער רבי נפתלי, ער האט געהאט פיעל אנהענגער וויבאלד ער איז געווען א געלונגינער רעדנער, א בעל תפלה און אן עושר.

נאך וואס ער איז אויסגעוועלט געווארן אלס אפיציעלער רב דורך די רעגירונג, איז ער געווען אויף זיין זיידן'ס ציון, אויף דעם וועג צוריק איז ער געלעמט געווארן.

הסתלקות

רבי יוסף אלימלך איז נפטר געווארן זייער יונג אין עלטער פון אכט און דרייסיג יאר, ח' טבת ה'תרס"ז.

פאמיליע

רבי יוסף אלימלך האט געהייראט מרת עטיל א טאכטער פון הרב אברהם אבא אינגבער. זייערע קינדער:

  • הרב אריה לייביש האלבערשטאם (ה'תרמ"ט (אומגעפער) - ה'תרס"ח (אומגעפער) ).
  • הרב יחיאל מיכל צבי האלבערשטאם, דיין אין ריישא.
  • מרת הינדא, די ווייב פון הרב יוסף האלבערשטאם א זון פון הרב ישראל יעקב האלבערשטאם
  • מרת פייגא, די ווייב פון הרב שמואל אינגבער, א זון פון הרב אברהם אבא אינגבער
  • די ווייב פון הרב קאפל פרנס.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר