רוי:יוס'לע טארנער

ווערסיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רבי יוסף ב"ר שמואל קארנפעלד ז"ל (נפטר ט"ז תמוז תשל"ז) איז געווען אן איש חסיד, א דמות פלא און א אינטרעסאנטע איד. ער איז געבוירן געווארן אין שטאט טארנא אין גאליציע, און ער איז אזוי גערופן געווארן: "ר' יוס'לע טארנער". ער איז געקומען קיין ארץ ישראל נאך די ביטערע מלחמה, עלנד און צובראכן מדוכא ביסורים ל"ע. ר' יוסל'ע איז געווען מקורב און באליעבט ביי די גדולי וצדיקי הדור וואס האבן אים שטארק מכבד געווען, געזארגט פאר זיין וואוילזיין און מקרב געווען במחיצתם, און כמים הפנים לפנים איז ר' יוסל'ע געווען דבוק אין די צדיקים מיט א שטארקע דביקות און אמונת צדיקים.

ר' יוסל'ע איז געווען באשאנקען מיט אן אויסנאמע חן וואס איז געווען אויסגעגאסן אויף זיין פנים, וואס ער האט אויסגענוצט צו טוען אומצאליגע מעשי חסד, און זיין נאמען ווערט נאך היינט דערמאנט מיט גרויס שעצונג, און טראגט א ווארימע געפיהל אין הארץ פון אלע וואס האבן אים געקענט, ספעציעל ביי די תלמידי ישיבה דחסידי בעלזא אין ירושלים ת"ו, וואו ער האט אויסגעלעבט זיינע יאהרן בין כותלי בית המדרש און איז געשלאפן אין א פריוואטער צימער וואס איז אים צוגעשטעלט געווארן לפי הוראת כ"ק מרן מהר"א זי"ע. נישט האבנ'דיג קיין אייגענע משפחה, האט כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א זי"ע זיך געזארגט ער זאל האבן א שטוב אין די ישיבה, און יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, האט ווייטער געזארגט פאר זיין וואוילזיין, ס'זאל אים גארנישט פעהלן.


ביאגראפיע

ר' יוסל'ע איז געבוירן אין טארנע, גאליציע און איז מבית אבא געווען קשור קיין בעלזא, און ער איז נאך געפארן צום פריעדיגע בעלזער רב רבי ישכר דוב זי"ע. אזוי אויך האט ער זיך געדרייט ביי הרה"ק מסטיטשין זצ"ל וואס האט געוואוינט אין די יארן פארן קריג אין טארנא.

ער איז געקומען פון א רייכע בעל-בית'ישע שטוב, אין געווארן געוואוינט צו חיי עשירות. אזוי אויך, האט ער אויפגעשטעלט א שטוב פאר'ן קריג, און געהאט צוויי קינדער.

ביים קריג האט ער מצליח געווען צו אנטלויפן פון פוילן, און אנהייב ת"ש איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל אליין, זיין משפחה האט ער נישט מצליח געווען צו ברענגען מיט איהם. במשך די קריג זענען זיין ווייב אין קינדער אומגעקומען עקד"ה, הי"ד.

אין אר"י האט ער זיך מקשר געווען צו הרה"ק רבי שלמה'קע זוויעהל'ער, הרה"ק רבי משה מרדכי לעלוב'ער, הרה"ק רבי ישראל מבאיאן לייפציג, און נאך אסאך פון די רבי'ס וואס האבן געוואינט אין אר"י, און ביי די אלע צדיקים האט ער האט געהאט א זעלטענע התקרבות.

ווען דער בעלזער רב זי"ע איז ארויף געקומען קיין אר"י צוזאמען מיט זיין ברודער דער בילגורייער רב זי"ע, האט ער זיך גלייך מקשר געווען, און דער בעלזער רב זי"ע האט זיך זייער געפרייט איהם צו זעהן און איהם געזאגט: "ברוך השם מיר זעהן זיך".

אין ארץ ישראל האט אים ליידער דאס מזל נישט געשיינט און טראץ אלע זיינע באמיהאונגען האט ער נישט זוכה געווען פון פריש אויפצושטעלן זיין אייגענע שטוב, און ער איז געבליבן אליין במשך זיין גאנץ לעבן. אויך אין פרנסה האט ער נישט מצליח געווען.

אלע צדיקים וואס ער פלעגט זיך דרייען ביי זיי, האבן איהם מקרב געווען, און אסאך מאהל האט מען געזעהן פון זיי געוויסע התנהגות'ן וואס האט באוויזן אז ס'איז נישט עפעס א פשוט'ע זאך. די בעלזא רב זי"ע האט זיך אמאהל אויסגעדרוקט אויף איהם: "ר' יוס'לע איז א סוד פון א איד", און אזוי אויך האט איהם רבי משה מרדכי לעלוב'ער זי"ע מיט-גענומען מיט זיך, ווען ער איז געפארן אויף פערציג טעג ברציפות איין-רייסן וועלט'ן אויף די צרות פון די אידן ביים צווייטע וועלטס קריג.

ר' יוס'לע פלעגט מהנה זיין אסאך צדיקים אין רבי'ס מיט פארשידענע זאכן, צווישן דעהם איז געווען וויין און האניג וואס ער פלעגט ברענגען תמידין כסדרן. פון ווי ער האט געהאט די געלט פאר די זאכן - וואס האבן געקאסט א הון רב, בפרט אין יענע צייט'ן - ווייסן נאר די באשעפער און ר' יוס'לע.

עסקנות

א ספעציעלע פרק איז זיינע גמילות-חסדים וואס ער האט געטוהן לרוב פאר מענטשן וואס זענען געשטאנען אין א שווערע צייט רח"ל. סיי ביי רפואה פראבלעמען[1], סיי אין ענינים פון "לשכת הגיוס" (זיך דארפן שטעלן אין מיליטער) איז ר' יוסל'ע געווען ווי א געטרייער פאטער פאר די תלמידי ישיבות, ווי ער פלעגט באגלייטן די בחורים אין "לשכת הגיוס" און פועל’ן ביי די מיליטערישע באאמטע צו באקומען פאר א פטור פון נישט דארפן דינען אין מיליטער. סיי אזעלכע וואס האבן געהאט משפטים, און אויך אזעלכע וואס האבן געהאט פארשידענע פראבלעמען מיט די רעגירונג.

יעדער איינער וואס האט פונה געווען לעזרתו, האט ער בדרך כלל געבעטן אז זיין רבי זאל איהם שוקן צו איהם, זאגנדיג אז אזוי האט ער א כוח פון די משלח, און מיט זיין זכות קען ער מצליח זיין.

ר' יוס'לע האט זיך פארבינדן מיט גאר שטארקע קשרים צו זייער אסאך גרויסע פראפעסארן, דאקטוירן, מפקדים אין די מיליטער, שופטים, ראשי-עיר און חברים פון די הנהלה פונ'ם שטאט, שרים ויועצים און אזוי ווייטער. ער פלעגט זיי אסאך אנשמירן מיט פארשידענע מתנות, יעדער איינער לויט וואס ער האט פארשטענען אז דאס וועט נושא-חן זיין בעיניו, וכך הווה.

ווען ס'איז אנגעקומען צו איהם א ענין וואס ער האט געדארט שתדלן, האט ר' יוס'לע זיך אנגעטוהן א שיינע מכובד'עדיגע אנצוג, און ער פלעגט זיך מסדר זיין מכובד'דיג און אזוי אנקומען צו דעם וואס מ'האט גע'דארפט ביי איהם שתדלן. זיי האבן איהם אלע-מאהל אויסגעהערט, און זייער אסאך אידן זענען געהאלפן געווארן דורך איהם.

בעלזא רב שליט"א האט זיך אויסגעדרוט אין א געלעגנהייט און געזאגט: "כידוע, האט ר' יוס'לע געהאט א עקסטערע נשיאות חן במשך זיין גאנץ לעבן, יעדע פלאץ ווי ער איז אנגעקומען, זיכער איז דאס געווען א ברכה וואס ער האט באקומען פון איינע פון די צדיקים". ביי די בעלזא חסידים דרייט זיך שוין (אסאך יאהרן) א שמועה, אז ער האט באקומען אזא ברכה פון דער בעלזער רב זי"ע. אבער די מקור דערצו איז נישט אזוי קלאר (קובץ אור הצפון - בעלזא, תמוז תשפ"ב)

ער האט אמאל מעיד געווען אויף זיך אז זיינע חסדים פאר מענטשן האט ער שוין אנגעהויבן צו טוהן אין זיין געבורט'ס-שטאט טארנא. און ער געזאגט אויף זיך: "אזוי-פיל האר וויפיל איך האב אויף מיין קאפ, אזוי פיל חסדים האב איך זוכה געווען צו טוהן פאר יודן אין טארנא פאר'ן קריג."

לינקען

  1. הרה"ח ר' ראובן קארנבליט ז"ל מחשובי חסידי לעלוב האט דערציילט אז יונגערהייט האט ער געליטן פון א גאר שווערע הויט קראנקהייט, און ער האט געדארפט אנקומען צו פריוואטע דאקטורים וואס האבן פארלאנגט אסאך געלט. און דער לעלובע רבי זצ"ל האט אים געבעהטן ער זאל העלפן פאר ר' ראובן, האט אים ר' יוסל'ע גענומען צום הדסה שפיטאל. ר' יוסל'ע האט זיך געדרייט אין די קארידארין פון שפיטאל אהין און צוריק ביז ס’איז ארויס געקומען עפעס א פראפעסער און זיך אנגערופן מיט התרגשות: "יוסל'ע וואס זוכסטו?" האט אים ר' יוסל'ע געענטפערט: "איך זוך דיך!" און ער האט אים דערציילט אין קורצן אז ער האט דא א בחור וואס מ'דארף אים העלפן און ער האט געבעהטן דעם פראפעסאר ער זאל אהננעמען דעם בחור און אים אונטערזוכן און טרעפן א היילונג צו זיין קרענק. דער פראפעסאר האט באלד אריינגענומען דעם בחור אין א צימער, בודק געווען די קרענק פארשריבן א רעצעפט און אים מייעץ געווען וואס צו טוען, אלעס האט דער פראפעסאר געטוען, אהן האבן מעדעצינשע פאפירן, אהן אן אפוינטמענט, און אהן צו נעמען אפילו א פרוטה. אזוי האט ר' יוסל'ע פארמיטן פונעם בחור חדשים פון דארפן ליידן יסורים.