רוי:גורל

פעולה געטון אויסצואוועלן איין פון עטליכע מעגליכקייטן
ווערסיע פון 08:27, 28 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א גורל איז א פעולה געטון כדי צו אויסוועלן איין פון פארשידענע מעגליכקייטן.

אין תנ"ך ווערט עטליכע מאל דערמאנט דאס ווארט גורל, מיט וועלכן מען האט זיך באניצט ביים אנטשיידן אן אומבאשטימטע זאך. אין במדבר[1] ווערט געזאגט אז ארץ-ישראל זאל צעטיילט ווערן צווישן די שבטים דורך א גורל. אין ויקרא[2] ווערט באשטימט דורך א גורל וועלכער פון די צוויי שעירים אום יום כיפור זאל גיין לעזאזל. אין מגילת אסתר[3] האט המן געווארפן גורל פעסטצושטעלן דעם חודש און טאג ווען צו פארטיליגן די אידן.

די גמרא[4] זאגט אז דער גורל האט יא א ווערד, ווייל מיר זעען אז [ארץ ישראל איז מיט ויין הילף צעטיילט געווארן. אבער דער ספרי אין דברים אויפ'ן פסוק "תמים תהיה עם אלקיך", זאגט "אין שואלין בגורלות", אז די תורה פארווערט צו באניצן זיך מיט א גורל.

עס איז פארהאן א "ספר הגורלות", וואס שטאמט פון מיטלאלטער, מיט א לוח צו ווארפן גורל אויף פאראויסצוזאגן די צוקונפט.

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!