רוי:וויספע

גאר קליינער אינזל
ווערסיע פון 16:10, 26 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} {{דעסקריפציע|גאר קליינער אינזל}} שמאל|ממוזער|250px|די [[ראקאל וויספע אינעם אטלאנטישן אקעאן]] א '''וויספּע''' איז א גאר קליינער אינזל. עס זענען דא פארשידענע סארטן וויספעס. א פעלז איז א סארט לאנדשאפט וואו א שטיין ש...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
די ראקאל וויספע אינעם אטלאנטישן אקעאן

א וויספּע איז א גאר קליינער אינזל.

עס זענען דא פארשידענע סארטן וויספעס. א פעלז איז א סארט לאנדשאפט וואו א שטיין שטעקט ארויס פונעם ים. דער פעלז איז געווענליך נישט באוואוינט און האט ווייניג געוויקסן. עס זענען דא זאמד-בענק וואס שטעקן ארויס פון איבער דעם ים און ווערן גערעכנט ווי וויספעס. א סטאַק ווערט געשאפן ווען א האלב-אינזל ווערט צעריבן און לאזט נאך א שטיקל יבשה וואס איז אפגעטיילט פון דער האלב-אינזל. א צייטנווייזע וויספע איז אן אינזל וואס איז ארומגערינגלט פון אלע זייטן מיט וואסער נאר ווען דער ים איז הויך, און א טייך-אינזל איז אן אינזל וואס געפינט זיך אין א טייך.

צווישן אנדערע באקאנטע וויספעס זענען ראקאל, אויף וועלכע בריטאניע, אירלאנד, איסלאנד און דענמארק דערקלערן בעלות, און די פלארידע קיז.

Terrestrial globe.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.