רוי:יהוא

עלפטער קעניג פון מלכות ישראל, אין ג'נ"ה-פ"ג
ווערסיע פון 07:09, 21 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

יֵהוּא בֶן יְהוֹשָׁפָט בֶּן נִמְשִׁי (אויך: יֵהוּא בֶן-נִמְשִׁי) איז געווען דער מלך ישראל, נאך זיין פוטש קעגן בית אחאב.

אין מלכים[1] ווערט דערציילט אז אין פארשטענדיגונג מיטן נביא אלישע האט יהוא, וועלכער איז געווען א גענעראל, געמאכט דעם אויפשטאנד קעגן לעצטן מלך פון דער עמרי-דינאסטיע, יורם דעם זון פון אחאב, וועלכער האט געהאלטן פון דער געצנדינעריי פון אפגאט בעל; יורם און זיין מוטער איזבל, ווי אויך אלע מיטגלידער פון דער דינאסטיע און אויך אלע כהנים און דינער פון בעל, זענען דורך יהוא געטויט געווארן, און יהוא איז געווען מלך אין ישראל.

אויף איין ארט ווייזט אויס אז טייל נביאים האבן נישט געהאלטן פון דער דאזיגער מאסן-דערמארדונג, ווי הושע[2] א' זאגט "ופקדתי את דמי יזרעאל על בית יהוא" (איך וועל נקמה נעמען פאר דעם בלוט אין יזרעאל אויף דער דינאסטיע פון יהוא), אבער פארשידענע אנדערע ערקלערונגען ווערן אנגעגעבן דורך די מפרשים; יעדנפאלס,. פון יהוא אן איז צוריקגעשטעלט געווארן אין ארץ ישראל אלס אפיציעלע רעליגיע די דינסט צו השי"ת.

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!