רוי:רבי מעכל דארפמאן

ווערסיע פון 10:30, 17 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:ספק חשוב דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

ר' יחיאל מיכל דארפמאן ז"ל (אנגערופן מעכל) בן דוד און חנה פערל, (ה'תרע"ג - ה' אב ה'תשס"ו) איז געווען פון די חשובי אנ"ש דחסידי ברסלב און דער פארזיצער פון דעם ועד העולמי דחסידי ברסלב. ער איז געווען פון די איינציקע וואס זענען נאך געקומען פון די ארגינעלע ברסלעווער פון אומאן.

ער איז געווען אן איידעם ביי איינע פון די חשובסעט פארבליבענע ברסלעבער חסידים פון אמאליגן דור, זיין שווער איז געווען ר' אברהם שטערנהארץ, ר' אברהם איז געווען אין ברסלב א גרויסער יחסן, ער איז געווען א אייניקל סיי פון ר' רבי נתן פון ברסלב, און סיי פון טשערינער רב. זיין מאמע איז אוועק יונגערהייט און ער איז אויפגעוואקסן ביים טשערינער רב, דעריבער האט ער אסאך געקענט פון חסידות ברסלב.

ר' מיכל איז געבליבן אין רוסלאנד און אין אוקריינא נאכן צווייטן וועלט קריג, ער איז פון די איינציגע אידן וואס זענען געפארן צום קיבוץ אין אומאן פון שנת ה'תשט"ז, ער איז ארויף קיין ארץ ישראל אין שנת ה'תשל"ב, ווען ר' לוי יצחק בענדער איז נפטר געווארן אין יאהר ה'תשמ"ט, האט ער איבערגענומען די הנהגה פון די ברסלבער שוהל אין מאה שערים אין ירושלים.

אזוי ווי ער איז געווען א זקן, האבן זיך אסאך ברסלעבער חסידים מכניע געווען אונטער איהם און געהערט זיין מיינונג.

ה' אב ה'תשס"ו איז ער אוועק פון קרעבסקראנקייט אין זיין לעבער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!