רוי:תנחום קאפלאן

ווערסיע פון 09:12, 17 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:נישט ענציקלאפעדיש דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אַנאַטאָלי (תּנחום) קאַפּלאַן (רוסיש: Анатолий Львович Каплан) - געבוירן דעם 10טן יאַנואַר 1903 אין ראָגאַטשעוו, מאָלעווער גובערניע (רוסלענדישע אימפּעריע - יעצט אין ווייסרוסלאַנד); געשטאָרבן דעם 3טן יולי 1980 אין לענינגראַד (יעצט פעטערבורג אין רוסלאַנד).

אַ באַקאַנטער סאָוועטיש-אידישער גראַפיקער, מאָלער און סקולפּטאָר. ער האָט געשאַפן אַ היפּשע צאָל קינסטלערישע ווערק (איבערהויפּט ליטאָגראַפיעס) לויט די מאָטיוון פון דער ייִדישער ליטעראַטור און פאָלקלאָר, אַריינגערעכנט די סעריע "ייִדישע פאָלקסלידער", די אילוסטראַציעס צו שלום-עליכמס ביכער "טעוויע דער מילכיגער", "סטעמפּעניו", "דאָס פאַרכישופטע שניידערל" וכדומה.


אַ חוץ כלערליי קינסטלערישע אויסשטעלונגען אין ראַטן-פאַרבאַנד, האָט תּנחום קאַפּלאַן אויך אָנטיילגענומען אין העכער 25 ענליכע אונטערנעמונגען אין אויסלאַנד, בתוכם די אויסשטעלונגען לכבוד דעם 100סטן געבורטסטאָג פון שלום-עליכם אין ניו-יאָרק (1959) און פאַריז (1960); די אויסשטעלונגען אין לאָנדאָן (1961), טאָרינאָ און מילאַן (1962); לאָס-אַנזשעלעס (1963); ווענעדיג (1966); רוים, פראָג, באַזעל (1967); לייפּציג, בראַונשווייג (1971) און אַזוי ווייטער.


וועבלינק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!