רוי:עגלון

מלך פון מואב
ווערסיע פון 09:04, 11 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צולייגן לינק צו עמון)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
איבערפאל פון עגלון דורך אהוד. אילוסטראציע פון יאר 1360.

עֶגְלוֹן איז דער נאמען פון א מלך פון מואב וואס ווערט דערמאטנ אין תנ"ך אין ספר שופטים, פרק ג'. עגלון האט געמאכט א בונד מיט עמלק און עמון[1] כדי איבערהערשן אויף  שטחים אין די מזרח און מערב זייטן פונעם טייך ירדן, און אויך טיילן פון דעם שטח פון שבט בנימין. עגלון האט פארשקלאפט די בני ישראל פאר 18 יאר[2], ביז אהוד בן גרא האט אנגעפירט א רעוואלוציע קעגן אים, און האט באוויזן צו הרגענען אים מיט כיטרע ניצנדיק א טאפלשארפן שווערד.

לויט חז"ל‏‏ איז עגלון מלך מואב געווען דער פאטער אדער זיידע פון רות‏‏[3], צוליב דעם וואס ער איז אויפגעשטאנען פון זיין טראן ווען אהוד בן גרא האט גערעדט צו "דבר א-להים אליך המלך" (דער אייבישטער האט גערעדט צו אייך מלך), און מיט דעם וואס ער האט געערט דעם אייבישטן, האט ער זוכה געווען אז זיין זון זאל זיין זיין נאכפאלגער אויפן טראן[4] און פון אים איז ארויסגעקומען רות המואביה  און דוד המלך.

רעפערענצן

  1. שופטים ג, ג
  2. שופטים ג, יד
  3. ‏"אמר רבי יוסי ברבי חנינא: רות בת בנו של עגלון, בן בנו של בלק מלך מואב". בבלי, הוריות י ב. ועיינו עוד בבבלי, סנהדרין קה ב, ונזיר כג ב, ובסוטה מז א. לפי בעלי התוספות קיים מרחק של כמאתיים שנים בין אהוד לבועז ולכן רות הייתה צאצאית של כמה דורות. (בעלי התוספות בבלי, יבמות מ"ח ב) ‏
  4. מדרש רות רבה, פרשה ב' סעיף ט'. תנחומא פרשת ויחי‏

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!