רוי:מואב

פאלק און לאנד אין עבר הירדן אין תנ"ך-צייטן
ווערסיע פון 08:12, 11 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפות (יי, וו, אידן), אראפגענומען ניקוד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

מואב איז געווען א פאלק און לאנד אין תנ"ך-צייטן נעבן ארץ ישראל, אויף יענער זייט ירדן, נעבן ים המלח.

דער חומש[1] דערציילט אז מואב איז געווען דער זון פון לוט (אברהם אבינו'ס פלומעניק), געבוירן פון זיין טאכטער. בלק מלך מואב האט געוואלט אומברענגען די אידן אין דער מדבר[2]. אידן האבן מיט זיי נישט געטארט מתחתן זיין, הגם עס איז דערקלערט געווארן אז פרויען פון מואב מעג מען יא נעמען ("מואבי ולא מואבית"). פון מגילת רות איז צו זען, אז אידן האבן טאקע יא גענומען מואב'ס טעכטער פאר פרויען. דוד המלך האט געשטאמט פון רות המואביה.

א געוויסע צייט האט מואב זיך געפונען אונטער דער אידישער הערשאפט[3]. איינער פון די מלכים אין מואב איז געווען מישע (דערמאנט אין מלכים ב' ג), וועמענ'ס בארימטן אנדענק-שטיין מען האט לעצטנס געפונען. מיט דער צייט איז מואב אינגאנצן פארשוואונדן.

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!