רוי:בת קול

א מעלדונג פון הימל
ווערסיע פון 21:36, 10 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

בת קול איז א קלאנג אדער אפקלאנג. אין דער גמרא ווערט דער אויסדרוק "בת קול" אויך געניצט אלס א נבואה ערשיינונג נאכדעם ווי עס האבן אויפגעהערט די נביאים[1].

אין בבא מציעא[2] און אנדערע ערטער ווערט דערמאנט דער "בת קול פון הימל", וואס האט געפסקנט אז די הלכה איז אזוי און אזוי. אין מסכת ברכות[3] דערציילט דער תנא רבי יוסי ווי ער האט געהערט אין א חורבה אין ירושלים "בת קול מנהמת כיונה" (א בת קול וואס ברומט ווי א טויב) און קלאגט אויף די אידן וואס זענען פארטריבן געווארן פון ירושלים. אין בבא מציעא[2] ווערט געזאגט "אין משגיחין בבת קול", דאס הייסט, אז מען דארף נישט לייגן קיין אכט אויף די רייד פון בת קול.

ביבליאגראפיע

וועגן דער איבערנאטירליכער באדייטונג פון בת קול, זעט אין כהנ'ס ספר, "על החזון לעתיד".

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!