רוי:רבי מרדכי יששכר בער לייפער

ווערסיע פון 11:40, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

רבי מרדכי יששכר בער לייפער
בת זוג אביבה מרים
3'טער אדמו"ר פון פיטסבורג
ה'תש"נה'תשפ"א

רבי מרדכי יששכר בער לייפער ( טבת ה'תשט''ז, 31סטן דעצעמבער 1955י"ז תשרי ה'תשפ"א, 5טן אקטאבער 2020) איז געווען דער דריטער פיטסבורגער רבי.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, צו זיין טאטע רבי אברהם אבא לייפער און מאמע רחל, טאכטער פון הרב איתמר נאדווארנער. אין 1970 האָט זיין משפּחה אימיגרירט קיין ארץ ישראל און האבן זיך באזעצט אין אשדוד.

דער רבי האט געלערנט אין דער גראדנער ישיבה אין שטאט, און אין דער טשעבינער ישיבה אין ירושלים.

ער האט חתונה געהאט מיט אביבה מרים, טאכטער פון הרב יצחק יצחק ליבעס, אב"ד אגודת ישראל. נאך זיין חתונה האט ער פאר א תקופה געוואוינט אין ניו יארק. אין תשמ"ג האָט ער ווידער אימיגרירט קיין ארץ ישראל. י טבת ה'תש"נ איז זיין פאטער געשטארבן, און ער איז געקרוינט געווארן אלס ממלא מקום, אין עלטער פון 34 יאר. אונטער זיין פירערשאפט האט דאס פיטסבורגער חסידות זיך שטארק פארברייטערט אין שטאט, און ער האט אויפגעשטעלט א נעץ פון מוסדות.

דער רבי האט פונקט ווי זיין פאָטער פארפאסט פילע וועלט-בארימטע ניגונים. טייל פון זיינע ניגונים זענען געווארן גאר בארימט איבער דער גאנצער וועלט, צווישן זיי איז דער ניגון "וידע כל פעול" פאר ראש השנה, "ק-ה רבון" פאר שבת, און פיל פיל מער.

אין תשס"ד האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר "פתגמי אורייתא".

וועט דער טויטליכער קאראנאווירוס האט אויסגעבראכן, האט דער רבי אויסגעפאלגט אלע זיכערהייט-אנווייזונגען וואס די דאקטוירים האבן געהייסן, אבער טראץ זיין פארזיכטיגקייט, איז ער ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט דעם ווירוס, און ער איז אפגעפירט געווארן צום לאניאדא שפיטאל, וואו ער איז געווען עטליכע וואכן, ביז ער איז ליידער נפטר געווארן י"ז תשרי ה'תשפ"א.

נאך זיין פטירה האבן זיינע חסידים באנייעט א נייע בית החיים, און דער רבי איז דארטן באגראבן געווארן דער ערשטער.

טויזנטער חסידים און אנהענגער האבן זיך באטייליגט ביי זיין טרויעריגער לויה.


זיין משפחה

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!