רוי:רבי משולם פייש לאווי

ווערסיע פון 11:37, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי משולם פייש לאווי
טעקע:Rebbe tosh.jpg
אדמו"ר מטאהש זצ"ל

רבי משולם פייש סג"ל לאָווי (אונגעריש: Lőwy Ferencz; ג' ניסן תרפ"א - כ"ז אב תשע"ה) איז געווען דער פערטער רבי פון דעם טאהשער הויף. ער האט אויפגעשטעלט קרית טאהש, קאנאדע, וואו ער האט געוואוינט, און איז געווען איינער פון די לענגסטער פירנדע רביים אין זיינער צייט, ער האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטווע אומגעפער ארום תש"ח. ער האט זיך נישט אריינגעמישט אין קיין שום חסיד'ישע מחלוקת קיינמאל אין זיין לעבן. און ער איז געווען א היסטארישער בעל צדקה. מיט פאסירונגען פון זיינע טיילן געלטער פאר ארימעלייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן. דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווען באליבט און פארהייליגט ביי אלע שיכטען און שאטירונגען פון כלל ישראל. ער איז געווען א ריכטיגער אוהב ישראל, און האט ליב געהאט יעדן איד אהבת נפש. טאהשער רבי איז געווען פון די לעצטע פארבליבענע צדיקים קדושים שעבד את קונו בסילודים כחד משרפי מעלה. א געטליכער געשטאלט און א ריכטיגן דמות פון איינער פון די פריערדיגע תלמידי בעש"ט נבג"מ. ווער עס האט נאר אמאל געזען דעם צדיק פלעגט פארכאפט ווערן אין א רגש של תענוג פון די לעכטיגע שטראלנדע אויגן וואס האבן געלאכטן כעיני השמש. טויזנטער אידן פלעגן שטראמען צו אים פאר ישועות ורפואות. 

דער טאהשער רבי האט געטראגן דעם נאמען פון זיין זיידן וואס האט געגרינדעט דאס שושלת, און ווי עס לויטעט די חסידישע לעגענדע, האט ער גאר געענדלט אין אים.

זיין לעבן

רבי משולם פייש איז געבוירן ג' ניסן תרפ"א אין טאש, אונגארן צו זיין פאטער רבי מרדכי סג"ל לאווי, שפעטער אבדק"ק פון דעמעטשער, (א זון פון רבי אלימלך לאווי, דער סבא קדישא פון טאהש, א זון פון רבי משולם פייש סג"ל לאווי) און צו זיין מוטער מרת צירל, די טאכטער פון ר' יעקב פעקעטע פון נירבאטור.

ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן ביי זיין זיידן רבי אלימלך סג"ל לאווי, וואס האט גאר שטארק מחבב געווען זיין אייניקל, והעיד עליו אז ער וועט נאך זיין א פועל ישועות בקרב הארץ. ווען ער האט געווען צוועלף יאר אלט, איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה פון זיין פעטער, רבי אשר לאווי, אין קאלוב. אין יאר תש"ג, מיטן צווייטן וועלט קריג, האט מען אים געשלעפט צום אונגארישער ארבעטס-דינסט (מונקא-טאבאר). און נאכדעם געשיקט געווארן אינעם לאגער אין קאשוי. די דארטיגע קאשויער אידן האבן רחמנות געהאט אויף דעם בחור, און אים באהאלטן פון די דייטשן וואס האבן אים געזוכט מיט לעכט, נאכדעם וואס ער האט זיך נישט געשטעלט. שארית הפליטה פארציילן, אז איינמאל בימי הזעם האבן די דייטשע מלאכי חבלה געוואלט אומברענגען דעם צדיק ווייל ער האט זיך באהאלטן און געלערענט, ווען דער דייטש איז געקומען נעבן דעם צדיק האט ער אויפגעהויבן זיין האק להמיתו, ווי נאר דער צדיק האט דאס געזען האט ער אים אנגעקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן, און א שרעק איז אים באפאלן, און ער האט אפגעלאזט דעם האק און איז אנטלאפן. אויפן פראגע פונעם אויבערהאר פארוואס ער האט אים נישט געהרג'ט, האט ער געזאט: איך ווייס נישט צי דער מענטש איז מלאך אדער א מכשף, אבער ווי נאר איך האב אים אנגעקוקט האט מיר דעם שלאק באטראפן. שפעטער האט מען אים געפירט צום לאגער אין מארגארעטין. וואו ער איז מיט נסים באפרייט געווארן אום כ"ב כסלו דורך דער רויטער ארמיי ווען זיי האבן איינגענומען די שטאט.

אין יאר תש"ו האט ער חתונה געהאט מיט מרת חווה די טאכטער פון רבי יהודה וויינגארטן, אן אייניקל פון רבי אלימלך פון ליזענסק. די איבערלעבנדע טאהשער חסידים האט אים באשטימט אלץ רבי. ער האט געפירט זיין הויף אין נירעדהאז פאר צוויי און א האלב יאר ביז תשי"א, ווען ער האט אבער געזען די אויפשטאנד פון קאמוניזם, האט ער זיך אויפגעהויבן אין עמיגרירט מיט א ענגע צאל חסידים קיין מאנטריאל. די צוויי הויפט חסידים וואס זענען געשטאנען מיט אים די גאנצע צייט זענען געווען ר' בנימין זאב זוסמאן ז"ל, און ר' שלמה יעקב זילבער. ביידע האבן מאריך ימים געווען, און ליגן ביידע באהאלטן אין טאהש נעבן אים.

ער האט זיך אריבער געצויגן אין מאנטרעאל, קאנאדע אדר תשי"א. אום י"ד תשרי תשי"ג איז די טאהשער קהלה (פראנצויזיש: Tasher Congrégation) אין מאנטרעאל געגרינדעט געווארן. צען יאר שפעטער, אין תשכ"ג, האט ער געגרינדעט א שטעטל "קרית טאהש". אנפאנג האט דאס שטעטל פארמאגט בלויז אכצן הייזער, כהיום וואוינען דארט איבער פינף הונדערט משפחות.

כ"א אלול תשנ"ו (5 סעפטעמבער 1996) איז נפטר געווארן די טאהשער רביצין הצדיקת חוה. זיי האבן געהאט צוויי זין, און פיר טעכטער.

סוף תשס"ז האט רבי משולם פייש חתונה געהאט מיט מרת מילכה (טאכטער פון רבי מענדל האס פון מאנטרעאל), די אלמנה פון ר׳ אברהם יצחק הויער. דער אלעמען באליבטער הרב הצדיק ר' מרדכי טאהשער איז נפטר געווארן אין עלטער פון פופציג יאר פלוצלינג אין תשנ"ח נאך א מאסיווער הארץ-אטאקע. ר' מרדכי איז געווען זייער געטריי פאר'ן רבי'ן און זיין רעכטע האנט, ווי אויך האט ער פערזענליך ענטפאנגען אלע הונדערטער געסט וואס קומען יעדע וואך צו פארן קיין טאהש, מיט א ליבליכן שמייכל, און האט נישט איינמאל אליין זיך געשטעלט קאכן פאר די געסט ס'זאל זיין גענוג פאר אלעמען.

דעם רבינ'ס יונגערער זון ר' אלימלך האט דער רבי געשטעלט אלס רב, און ער זאל איבער נעמען דאס חסידות, דער רבי האט אים איינגעארדענט אן הכתרה, ווי ער האט אים ממנה געווען אלס רב, און אלע אנדערע קינדער האבן על פי פקדותו געחתמט דעם כתב רבנות.

די איידימער פון רבי'ן זענען אדמו"רים און ראשי ישיבות וואס פירן זייערע אייגענע קהלות, הרה"צ ר' אביגדור דניאל פיש שליט"א האדאסער רבי אין וויליאמסבארג, הרה"צ ר' יוסף מאיר מאיר שליט"א ליזענסקער רבי אין מאנסי, און הגה"צ ר' אברהם כ"ץ שליט"א אדמו"ר פון קהל (משכנות לאביר יעקב) טאהש-מאנסי, און הרה"צ ר' יוסף ירחמיאל כהנא שליט"א אדמו"ר מספינקא-מאנטריאל און ראש הכוללים אין קרית טאהש.

דער ליזענסקער און דער טאהש-מאנסי רבי פירן אויך אייגענע גרויסע ישיבות, כוללים, און מוסדות, און דער האדאסער רבי פירט זיין רביס'טווע איידל באשיידן אין וויליאמסבורג אין זיין טאטענ'ס ביהמ"ד. און דער ספינקא רבי/ראש הכולל שטייט בראש פון די כולל אין קרית טאהש קאנאדע.

טיילן געלט אויף צדקה

זיינע צדקות בנגלה ובנסתר איז געווען מרפסין איגרא, צוזאגענדיג דערביי ישועות. כידוע פון חסידישע ספרים אז דער חולה געבט צדקה העלפט הקב"ה אין דעם זכות און ער ווערט אויסגעהיילט. ווי עס שטייט וצדקה תציל ממות.

עס מוז באטאנט ווערט אז דער טאהשער רבי האט קיינמאל נישט פארמאגט א שפארן-קאנטע אין באנק, און שטענדיג האט ער צוטיילט מער געלט ווי ער האט פארמאגט. מען האט געזאגט אויף אים, אז קיינמאל האט ביי אים נישט איבערגענעכטיגט קיין געלט.

צ.ב.ש ווי אזוי ער האט פארטיילט די לעצטע פרוטה, אפילו אין די שווערסטע אומשטענדן ווען ער האט געמוזט אליין האבן געלט, און ווי אזוי ער האט אויסגעשפילט זיינע אייגענע גבאים און שטוב מענטשן וועלכע האבן איהם געוואלט אפהאלטן פון פארטיילן אזוי א סאך.

ארימעלייט, איבערהויפט בנש"ק'לעך, דערציילן אז ער האט ארויסגעשלעפט פאר זיי געלט פון די זאקן שיך א.א.וו. פאר זיי, ווארטענדיג די גבאים זאלן נישט באמערקן זיין באהעלטעניש. שוין אין די יונגע יארן פלעגט ער שטענדיק גיין נאך געלט פאר ארימע משפחות, כלות און יתומים.

הסתלקות

דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווארן שטארק אפגעשוואכט פון תשס״ה, די לעצטע צען יאר פאר זיין פטירה, און זיך שטארק געמוטשעט מיט זיין געזונט, דאך איז ער אנגעגאנגען פעסט מיט זיין טעגליכע עבודת הקודש מיט מסירת נפש, ווי ער פלעג אויסזאגן תהלים גאר אפט, און גאר ווייניג עסן אפילו אין גאר שוואכע טעג. כלל ישראל האט פיל מתפלל געווען פאר זיין געזונט, זייענדיג כמעט פון די לעצטע פארצייטישע רבנים. דער מצב איז כסדר געגאנגען צום ערגערונג, און מען האט אים וואונדערליך אויסגעבעטן אפאר מאל. ביז ער איז נסתלק געווארן לדאבון לב כל ישראל אין א הויכע עלטער פון 95 יאר, אום 12טן אוגוסט, כ"ז אב שנת תשע"ה. א ריזן ציבור איז זיך צוזאמענגעקומען צו דער לויה אינעם גרויסן בית המדרש פון טאהש. טויזנטער אידן פון איבער דער וועלט האבן אים באגלייט למנוחה ביי חצות הלילה. ויבכו אותו את כל בית ישראל.

קינדער

זעט אויך

קוועלער

מאיר אמסעל. ספר זכרונות המאור: הכרך השני. בלשן פרלאג, ניו יארק התשל"ד. זייטן רי"ז, ר"כ-רכ"א, רכ"ט.

דרויסנדיגע לינקס

לעבעדיגע מוזיק בשעת דער רבי טאנצט מיט הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל אבדק"ק (פאפא) בעלזא מאנטריאל

בילדער פון קרית טאהש און פון טאהשער רבי'ן

בילדער פון טאהשער רבי'ן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!