רוי:רעקס טילערסאן

ווערסיע פון 11:36, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

רעקס טילערסאן

רעקס וועין טילערסאן (ענגליש: Rex Wayne Tillerson; געב' דעם 23סטן מערץ 1952) איז אן אמעריקאנער אינזשעניר און ביזנעסמאן. ער איז דער פרעזידענט פון עקסאן-מאביל זייט 2006.

טילערסאן איז נאמינירט געווארן פאר אויסערן סעקרעטאר פון די פאראייניגטע שטאטן דורך פרעזידענט דאנאלד טראמפ אין דעצעמבער 2016.

טילערסאן האט נאָנטע פארבינדונגען מיטן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און איז באעהרט געווארן מיט דער פריינדשאפט מעדאל פון רוסלאנד אין 2013. אום 14טן מערץ 2017 האט פרעזידענט טראמפ אים אפגעזאגט פונעם אמט פון אויסערן סעקרעטאר.

ביאגראפיע

טילערסאָן איז געבוירן אום 23סטן מערץ, 1952, אין וויטשיטאַ פאלס, טעקסעס, צו זיינע עלטערן פּאַטי סאָ און באַבי דזשאָו טילערסאָן. רעקס האט געהייראט רענדאַ סעינט קלער, און זיי האָבן צוזאמען געהאט פיר קינדער. ער וואוינט אין עירווינג, טעקסאס.

פאליטישע טעטיקייטן

אום 13סטן דעצעמבר, 2016, איז טילערסאן נאמינירט געווארן צו ווערן דער 69טער אויסערן סעקרעטאר פון די פאראייניגטע שטאטן אין דער טראמפ אדמיניסטראציע.

טילערסאן'ס קאנדידאטור איז רעקאמענדירט געווארן פאר טראמפ דורך קאנדאליזא רייס, די 66טע אויסערן סעקרעטארקע אונטער פרעזידענט בוש, ביי איר באגעגעניש מיט טראמפ סוף נאוועמבער 2016, און איז דערנאך אויך רעקאַמענדירט געווארן דורך דעם CIA דירעקטאר ראבערט געיטס.

אום 5טן דעצעמבער, 2016, האט זיך אנגעהויבן די מידיע ספּעקולאַציע אַז טילערסאן ווערט באטראכט פאר דער שטעלע, און אום 9טן דעצעמבער, האבן באאמטע געמאלדן אַז טילערסאָן איז דער הויפט קאַנדידאַט פאַר דעם פּאָסטן איבערשטייגענדיג מיט ראמני און דעוויד פּעטראַעוס וואס זענען אויך באטראכט געווארן פאר דער שטעלע, און אום דעצ' 13 איז טילערסאן אפיציעל נאמינירט געווארן.

טילערסאן האט נאך קיינמאל נישט געהאלטן קיין פאליטישע שטעלע, אבער ער איז באקאנט צו זיין א ערשט־קלאסיגער פארהאנדלער, א פאך וואס איז זייער נוצבאר פארן אויסערן סעקרעטאר אין א טראמפ אדמיניסטראציע וואס האט פארפליכטעט צו פארהאנדלען גוטע אפמאכן.

 
טילערסאן מיט וולאדימיר פוטין

דוירכאויס זיין קאריער אין עקסאן-מאביל האט ער פארהאנדלט מיט איבער 50 לענדער, רוסלאנד איז איינער פון זיי.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!