רוי:קאליגראפיע
וויזועלער קונסט פארבונדן מיט שרייבן
קאַליגראַפיע (פון אוראַלט גריכיש: κάλλος קאַלאס "שיינקייט" און γραφή גראַפע "שרייבן") איז א וויזועלער קונסט וואס האט שייכות מיט שרייבן. זי איז דאס פלאנעווען און דורכפירן פון שאפן אותיות מיט אן אינסטרומענט מיט א ברייטן שפיץ אדער א פענדזל מיט איין שטראך (אנדערש ווי מאלן אותיות מיט עטליכע שטראכן).
היינט ניצט מען קאליגראפיע אין איינלאדונג קארטעס, למשל פאר חתונות, און אויך פארשידענע דאקומענטן.
אין כינע איז קאליגראפיע געווען א "הויכער קונסט" נאך פאר די צייטן פון דער טאנג דינאסטיע.
קאליגראפיע אין אידישקייט
- דאס סת"ם שריפט וואס די סופרים ניצן צו שרייבן ספרי תורות, תפילין און מזוזות איז א סארט קאליגראפיע.
- עס זענען פאראן א סך שיינע הגדות מיט די ווערטער געשריבן אין קאליגראפיע. שטארק באקאנט איז די סארייע הגדה.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קאליגראפיע |
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!