רוי:סאמבור

ווערסיע פון 11:00, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
סאמבור
Самбір
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 49°31′N 23°12′E / 49.517°N 23.200°E / 49.517; 23.200 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
אבלאסט לעמבערג
בירגערמייסטער ראמאן שראמאוויאט
שטח 24 קוואדראט ק"מ
הייך 306 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

35,500‏  (שטייענדיג 2017)
1,458 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2
sambirrda.gov.ua

סאַמבאָר (אוקראיניש: Самбір; פּויליש: Sambor) איז א שטאָט אויפן לינקן ברעג פונעם טייך נעסטער אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, נישט ווייט פונעם פוילישן גרעניץ. די שטאָט איז אן אייגענער באצירק אין דער גובערניע.

פון 1772 ביז 1917 איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

געשיכטע

די געשיכטע פון סאמבאָר הייבט אָן מיט א זידלונג אונטער דעם נאָמען סאמבאָר (היינט די אלטשטאָט) וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין דעם 12טן יאָרהונדערט אין דעם פירסטנטום האליץ' (גאליציע). אין 1241 האָבן די טאטארן פארברענט די שטאָט. טייל פון דער באפעלקערונג, בעיקר די וועבער, האָבן זיך געצויגן צום דאָרף פּאָהאָניטש, 12 ק"מ פון אלטשטאָט, וואו זיי האָבן שפעטער אויפגעשטעלט דעם יישוב ניי־סאמבאָר.

אין 1340 איז פּאָהאָניטש געקומען אונטער דעם קעניגרייך פון פוילן. אין דעצעמבער 1390 האָט מען באקומען די ערלויבעניש אויפצושטעלן א שטאָט אויף דעם פלאץ פון דאָרף און די באקומט דעם נאָמען ניי־סאמבאָר.

געאגראפיע

סאמבאָר געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 75 ק"מ דרום פון לעמבערג און 29 ק"מ צפון־מערב פון דראָהאָביטש.

אידישע היסטאריע

דער ערשטער באריכט פון אידן אין סאמבאָר איז אין 1447. אין 1542 האָט מען פארבאָטן אידן צו וואוינען אין דער שטאָט. אין 1735 האָט מען ערלויבט די אידן צוריקצוקומען קיין סאמבאָר און בויען א שול.

אין 1772 איז די שטאָט אריבער צו עסטרייך, און מען האָט פארבאָטן די אידן צו וואוינען אין רוב טיילן פון דער שטאָט.

אין ה'תרל"ח האט אויפגעשטעלט דעם ערשטן חסידישן הויף אין סאמבאָר.

אין 1880 האבן געוואוינט אין סטרי 4,427 אידן, און אין 1921 האבן געוואוינט דאָרט 6,068 אידן.[1]

רבי משה'לע סאמבורער האט געדינט אלס רב אין סאמבאר איידער זיין ברודער דער עטרת צבי איז אוועק

נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה האט מען אויפגעשטעלט אין סאמבאָר א בית יעקב שולע פאר מיידלעך.

דער לעצטער רב פון סאמבאָר איז געווען הרב נפתלי הירץ באָמבאך, דער מחבר פון "גבעת הלבונה".

צווילינג שטעט

סטרי האט די צווילינג שטעט:

רעפערענצן

  1. "סאמבור", אויף "JewishGen" (ענגליש)

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!