רוי:מאזיר

ווערסיע פון 10:37, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
מאזיר
Мазыр
Мозырь
Coat of Arms of Mazyr, Belarus.svg
Mazyr3.JPG
מדינה / טעריטאָריע Flag of Belarus.svg בעלאַרוס
קאָאָרדינאַטן 52°03′N 29°16′E / 52.050°N 29.267°E / 52.050; 29.267 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואבלאסט האמעל וואבלאסט

 ‑ אין שטאט

112,500‏  (שטייענדיג 2009)

מאזיר (בעלאַרוסיש: Мазы́р, [maˈzɨr]; פּויליש: Mozyrz; רוסיש: Мо́зырь, [ˈmozɨrʲ]) איז א שטאט אין האמעל פראווינץ פון בעלארוס אויפן פריפעט בערך 210 ק"מ מזרח פון פינסק, 77 ק"מ מערב פון האמעל און 100 ק"מ צפון־מערב פון טשערנאביל. די באפעלקערונג איז 112,500 (2009). מאזיר איז א צענטער פון נאפט ראפינירן, בויען מאשינען און עסן פראצעסירן אין בעלארוס. ער האט איינע פון די גרעסטע נאפט ראפינעריעס אין בעלארוס, וואס פאמפעט 18 מיליאן מעטרישע טאנען א יאר.

דער רעכטער ברעג פונעם פריפעט טייך איז אסאך העכער ווי דער לינקער ברעג (ביז 80 מעטער).

מאזיר האט אמאל געהאט א גרויסע באפעלקערונג פון אידן. אין דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די נאצי דערמארדעט אסאך אידן אין מאזיר. די היינטיגע שטאט האט עטליכע אנדענקען צו דער טביחה.

ביי די לעצטע 15 יאר אונטער די קאמוניסטן, פון תשל"ה ביז תש"נ, האבן די מערהייט פון די געבליבענע אידן עמיגרירט, קיין ישראל און אמעריקע.


באפעלקערונג

יאר אידישע באפעלקערונג באפעלקערונג סה"כ % אידן הערות
1897 5631[1] 8076 69.73% רוסישער צענזוס 1897
1927 ~6000 14300 42% סאוועטן צענזוס פון 1927[2]
1939 6307 17500 36.04% אידישע באפעלקערונג פאר דער צווייטער וועלט מלחמה[3]
1970 4300 48000 8.96% סאוועטן צענזוס פון 1970. באפעלקערונג געפאלן נאך דער חורבן אייראפע און אימיגראציע צו גרעסער שטעט, למשל מינסק, מאסקווע און לענינגראד נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.[4]
1979 3600 105882 3.40% סאוועטן צענזוס פון 1979. די אידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוויעטישע אידן אין ישראל און אמעריקע[4]
1989 3200 128000 2.50% סאוועטן צענזוס פון 1989. די אידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוויעטישע אידן אין ישראל און אמעריקע[4]
1999 565 114000 0.50% די אידישע באפעלקערונג איז אראפ צוליב עמיגראציע פון סאוויעטישע אידן אין ישראל און אמעריקע[4]
2004 <500 111500 0.45%

באקאנטע איינוואוינער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. "מאזיר", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. Belarys.by וועבזייטל וועגן מאזיר [1]
  3. יידישגען.ארג געטאס פון גאמעל דיסטריקט [2]
  4. 4.0 4.1 4.2 4.3 Jewish Heritage Research Group in Belarus.[3]

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!