רוי:מאנצביל
א מאַנצביל איז א זכר פון דעם באשעפעניש מענטש.
ווען ער איז געבוירן איז ער נאך א קינד. ווען ער הייבט אן צו גיין איז ער א יינגל. נאך דער בר מצווה (ביי אידן, ד"ה ווען ער איז אלט 13 יאר) הייסט ער א בחור, און ווען ער האט חתונה רופט מען אים א מאַן.
צו זיינע עלטערן איז ער א זון. צו זיינער קינדער איז ער זייער פאטער, צו זיינע אייניקלעך זיידע און צו זיינע אוראייניקלעך עלטער־זיידע.
א מאנצביל ירשנט אן X-כראמאזאם פון זיין מוטער און א Y-כראמאזאם פון זיין פאטער.
אונטערשייד צווישן א מאנצביל און א פרוי
א מאנצביל איז ביאלאגיש אנדערש פון א פרוי אין געוויסע סימנים.
דער ערשטער אונטערשייד איז שוין קענבאר ביים געבורט.
ווען דאס קינד ווערט עלטער דערקענט מען אז:
- א זכר האט האר כמעט איבערן גאנצן קערפער, ספעציעל אויפן פנים—די בארד—און אויפן ברוסט.
- דער דורכשניט הויך און וואג פון א מאנצביל זענען גרעסער פון א פרוי.
- די הענט און פיס זענען גרעסער ביי א מאנצביל.
- די מוסקלען פון א מאנצביל זענען שטערקער פון די פון א פרוי, דורכשניטלעך 25% שטערקער.
- די שטימע פון א געוואקסענעם מאנצביל איז טיף, ווי אבער ביי א פרוי בלייבט די שטימע הויך ווי א קינד'ס.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מאנצביל |