רוי:מאהאראשטרא

ווערסיע פון 10:35, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
מאַהאַראַשטראַ (שטאַט פון אינדיע)
महाराष्ट्र
Maharashtra
מדינה / טעריטאָריע Flag of India.svg אינדיע
קאָאָרדינאַטן 18°58′N 72°49′E / 18.96°N 72.82°E / 18.96; 72.82 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
הויפּטשטאָט פון שטאַט פון אינדיע מומביי
אָפיציעלע שפּראַך מאראטהי
שטח 307,731 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאַט פון אינדיע

112,372,972‏  (שטייענדיג 2011)
India Maharashtra locator map.svg

מאַהאַראַשטראַ (ענגליש: Maharashtra; מאראטהי: महाराष्ट्र) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך אין מערב אינדיע, ארומגענומען מיט גודזשאראט און דער טעריטאריע דאדרא און נאגאר האוועלי אין צפון־מערב, מאדהיא פראדעש אין צפון און צפון־מזרח, טשאטיסגארה אין מזרח, טעלאנגאנע אין דרום־מזרח, קארנאטאקא אין דרום, און גאא אין דרום־מערב, מיטן אראבישן ים צו מערב. מאַהאַראַשטראַ איז דער רייכסטער שטאט אין אינדיע, מיט 15% פונעם לאנד'ס אינדוסטריעלן ארויסווארג און 13.3% זיין ברוטא אינלענדישן פראדוקט (אין 2006–2007).

די הויפטשטאט איז מומביי. די שפראך פון דעם שטאט איז מאראטהי.

מאַהאַראַשטראַ באדעקט א שטח פון 307,731 ק"מ², 9.84% פון דעם גאנצן שטח פון אינדיע, און איז דער דריטער גרעסטער שטאט פון אינדיע לויט שטח. מיט א באפעלקערונג פון 112,372,972 מענטשן (אין 2011), איז מאַהאַראַשטראַ דער צווייטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג (נאך אוטאר פראדעש).


דרויסנדיגע לינקס

  דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אזיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!