רוי:יודישע אראביש

ווערסיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

יודישע אראביש (אַראַביש: عربية يهودية‎) איז א גרופע שפראכן מיט וואס יודן האבן זיך באניצט אין די מזרח לענדער דערנאך וואס די מוסולמענער האבן זיך אנגעהויבן דארט אויסצושפרייטן.

אסאך ספרים האבן די ארטיגע גדולים געשריבן אויף די דאזיגע אראביש. צב"ש: דער כוזרי, חובת הלבבות און מורה נבוכים. אזוי אויך האט ר' סעדיה גאון בעיקר געשריבן זיינע ספרים אויף דער שפראך וואס מע האט גערעדט.

א הויפט איבערזעצער פון דער שפראך אויף לשה"ק איז געווען משפחת איבן תבון.