רוי:כאליפאט

איסלאמישע פארעם פון רעגירונג
ווערסיע פון 10:07, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א כאַליפאַט, (פון אראביש خلافة אדער khilaafah), איז אן איסלאמישע מעטאד פון רעגירונג וואס רעפרעזענטירט די פאליטישע איינהייט און פירונג פון דער איסלאמישער וועלט. די פאליטישע אויטאריטעט פון א כאליף אלס ראש מלוכה פון א כאליפאט שטאמט פון דעם וואס ער ווערט געהאלטן א נאכפאלגער פונעם איסלאמישן נביא מוכאמאד.

לויט די סוניס דארף ער זיין א מיטגליד פונעם קוראיש שבט געוויילט דורך מוסולמענער;[1] און לויט די שיאס דארף ער זיין אן אימאם וואס איז אן אייניקל פון אהל אל־בייט. פון דער צייט פון מוכאמאד ביז 1924, כסדרדיקע כאליפאטן זענען געהאלטן געווארן דורך פארשידענע דינאסטיעס, כולל די אומאיאדס (וואס מען האט פארטריבן פון דמשק קיין קארדאבע), די אבאסידן (וואס האבן געהערשט פון באגדאד און האבן פארטריבן די אומיאדן פון דמשק), די פאטימידן (וואס האבן געהערשט פון קיירא), און ענדלעך די אטאמאנען.

רעפערענצן

  1. Encyclopedia of Islam and the Muslim World, (2004) v.1, p.116-123

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!