רוי:חיים ביידער

יידישער דיכטער און זשורנאליסט
ווערסיע פון 09:44, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

חיים ביידער (אוקראַיִניש : Юхим Бейдер, רוסיש : Хаим Бейдер, Ефим Бейдер, קופּעל, אוקראַיִנע – 2003, ניו-יאָרק) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, ליטעראַטור-קענער און זשורנאַליסט.

לעבנסגעשיכטע

חיים ביידער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קופּעל (יעצט – אינעם וואָלאָטשיסקער ראַיאָן פון דער כמעלניצקער געגנט פון אוקראַיִנע. אין 1933 האָט ער פאַרענדיקט די אָרטיקע ייִדישע זיבניאָריקע שול און אינעם קומענדיגן יאָר איז ער געוואָרן אַ סטודענט פונעם אָדעסער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. דערנאָך איז ער אַריבערגעגאַנגען אויפן לעצטן קורס פונעם זשיטאָמירער ייִדישן פּעדאַגאָגישן אַרבפאַק. נאָכן פאַרענדיקן אים אין 1936 האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אויפן פילאָלאָגישן פאַקולטעט פון דער ייִדישער אָפּטיילונג פונעם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.

אַלס דיכטער האָט חיים ביידער דעביוטירט מיט אַ ליד אין דער צענטראַלער ייִדישער קינדערשער צייטונג "זיי גרייט!" (כאַרקאָוו) אין 1933. דערנאָף האָט ער זיך געדרוקט אין די צייטונגען האָט ער גוואַרדיע", "דער שטערן", "דער אמת", "אייניקייט", אינעם אַלמאַנאַך "סאָוועטיש", ווי אויך אין אַנדערע אויסגאַבעס. נאָך דער ליקווידאַציע פון דער אָפיציִעלער ייִדישער קולטור אין פססר האָט ער געאַרבעט אַךס זשורנאַליסט אין צייטונגען פון אוקראַיִנע און טורקמעניע אויף אוקראיִניש און אויף רוסיש. שפּעטער איז חיים ביידער אַריבערגעפאָרן קיין ייִדישער אויטאָמער געגנט און עטליכע יאָר געאַרבעט אין דער צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". אין 1973 איז ער געקומען קיין מאָסקווע און האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער רעדאַקציע פונעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" – לכתחילה אַלס פאַרוואַלטער פון אַן אָפּטייל און דערנאָך אַלס שטעלפאַרטרעטער פונעם הויפּט-רעדאַקטאָר.

אין 1991 איז חיים ביידער אַוועק פון דער רעדאַקציע און אין 1996 האָט ער עמיגרירט קיין פאראייניגטע שטאַטן. אין אַמעריקע איז חיים ביידער געווען דער רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל "די צוקונפט".

זיינע ביכער

  • חנוכת-הבית. לידער און באַלאַדעס, מאָסקווע, "סאָוועטסקי פּיסאַטעל", 1979
  • אויף ברייטע רחבתן, מאָסקווע, "ביבליִאָטעק פון "סאָוועטיש היימלאַנד"", 1981
  • [צוזאַמען מיט אַנדערע מחברים] אלעפבייס, כאַבאַראָווסק, "כאַבאַראָווסקער ביכער-פארלאַג", 1982
  • צו דער מענדעלע פאָרשונג, מאָסקווע, ביבליִאָטעק פון "סאָוועטיש היימלאַנד, 1986
  • Программа по еврейскому (идиш) языку для начального обучения, מאָסקווע, "ביבליִאָטעק פון "סאָוועטיש היימלאַנד", 1989
  • Еврейский загадки на идиш, Москва, «Малыш», 1990
  • די וועגן, וואָס מיר אַנטדעקן. פאַרצייכענונגען, מאָסקווע, "סאָוועטסקי פּיסאַטעל", 1991
  • Этюды о еврейских писателях, Киев, «Дух i лiтера», 2004

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!