רוי:טויט מארש

ווערסיע פון 09:43, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

טויט מארשן זענען געווען די געצווינגענע מאַרשן וואס די נאציס האבן ארויפגעצווינגען אויף זייערע ארעסטאנטען בעת דער צווייטער וועלט מלחמה אויף ווייטע מרחקים, אונטער אומדערטרעגליכע מצבים, בשעת וועלכע די אַרעסטאַנטן זענען באַעוועלט געוואָרן דורך זייערע באַגלייטנדיגע וועכטער און אָפטמאָל דערהרגעט געוואָרן.

די נאַציס האָבן אָנגעפירט פיל טויט מאַרשן בעת דעם האָלאָקאָסט, מיינסטנס נאָענט צו דער ענדע פונעם קריג, נאָכפאָלגנדיג די עוואַקואַציע פון קאָנצענטראַציע לאַגערן.

דער טערמין טויט מאַרש איז לכתּחילה גענוצט געוואָרן דורך אַרעסטאַנטן אין נאַצישע קאָנצענטראַציע לאַגערן און שפּעטער דורך האָלאָקאָסט היסטאָריקער.

דער ערשטער גרויס-מאַשטאַביקער טויט מאַרש איז פאָרגעקומען אום זומער פון 1941, נאָכפאָלגנדיג די דייטשע אינוואַזיע פונעם סאוועטן פארבאנד. הונדערטער טויזענטער סאָוועטישע קריגס געפאַנגענע זענען געצווינגען געוואָרן צו גיין לענג-אויס די שאָסייען פון אוקראַיִנע און ווייס-רוסלאַנד בשעת'ן ווערן טראַנספּאָרטירט פון איין לאַגער צום אַנדערן. מאַסן אַרעסטאַנטן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינמיטן וועג, אָדער ביי פאָראויס אַראַנזשירטע עקזעקוציע פּלעצער. בערך אין דער זעלבער צייט האָבן די רומעינישע (וועליכע זענען געווען דייטשע אַליאירטע) מאַרשירט אידן פון בעסאַראַביע און בוקאווינא קיין טראַנסניסטריע. טויזנטער זענען אינמיטן וועג דערשאָסן געוואָרן דורך די רומענישע און דייטשע וועכטער.

רוב טויט מאַרשן זענען פאָרגעקומען נאָענט צו דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה. אין משך פונעם זומער פון 1944, בעת די אַליאירטע האָבן זיך פאָראויס געריקט אויף מעריב און די סאָוועטישע אויף מזרח, האָבן די נאַציס אָנגעהויבן ליקווידירן די קאָנצענטראַציע לאַגערן. די ערשטע לאַגערן צו ווערן אויסגעליידיגט זענען געווען די וועלכע האָבן זיך געפונען אין צענטראַל פוילן און אין די באַלטישע לענדער. יענעם האַרבסט, האָבן נאַצישע פירער באַשלאָסן צוצואיילן די דעפּאָרטירונג פון די בודאָפּעשטער אידן צו זייער טויט. אַ טויט מאַרש פון בודאָפּעשט האָט זיך אָנגעהויבן דעם 8טן נאָוועמבער 1944. 76,000 אידישע מענער, פרויען און קינדער זענען געצווינגען געוואָרן צו גיין ביז דער עסטרייכישער גרעניץ, אין באַגלייטונג פון אונגארישע וועכטער דער מאַרש האָט זיך געצויגן אַ חודש, וואָס אין דער צייט זענען טויזענטער געשטאָרבן פון הונגער, קראַנקייט, אויסשעפּונג און קעלט. נאָך טויזענטער זענען דערשאָסן געוואָרן אינמיטן וועג. עטליכע הונדערט זענען געראַטעוועט געוואָרן דורך נייטראַלע דיפּלאָמאַטן ווי ראַול וואַלענבערג פון שוועדן, וועלכער האָט אַרויס געשלעפּט אידן פון די מאַרשירנדע רייען, זיי גענומען אונטער זיין אויפזיכט און זיי צוריק באַגלייט קיין בודאָפּעשט. ס'רוב זענען נישט געווען אזוי מזלדיק, אָבער— די אַרעסטאַנטן וועלכע האָבן דערגרייכט די עסטרייכישער גרעניץ זענען איבערגעגעבן געווארן צו דייטשע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן זיי געפירט צו פארשידענע קאָנצענטראַציע לאַגערן. אַזעלכע ווי און מאטהויזן.

במשך פונעם ווינטער פון 1944-1945 האָבן די דייטשן געוויסט אַז זיי האָבן בעצם פאַרלוירן דעם קריג. דאָס האָט זיי געברענגט צו עוואַקואירן די קאָנצענטראַציע לאַגערן אין פּוילן, און צווינגן זייערע אַרעסטאַנטן צו מאַרשירן קיין דייטשלאַנד. די אידן זעלבסט האָבן געלעבט אין שטענדיקן פּחד פון דערמאָרדעט ווערן בעת די לעצטע פאַזעס פונעם קריג וויבאַלד מען האָט זיי מער נישט געדאַרפט פאַר קיין אַרבעט.

דעם 18טן יאַנואַר 1945, האָט זיך די עוואַקואַציע פון אוישוויץ און זיינע אונטערלאַגערן אָנגעהויבן. אַרום 60,000 מיינסטנס אידישע אַרעסטאַנטן, זענען מאַרשירט געוואָרן קיין וואדזיסלאוו (Loslau אויף דייטש), וואו זיי זענען פּלאַצירט געוואָרן אויף געפּאַקטע פראַכט באַנען און טראַנספּאָרטירט געוואָרן צו אַנדערע קאָנצענטראַציע לאַגערן ווייטער אויף מערב, אַזעלכע ווי גראס ראזען, דאכוי און מאטהויזן. צום ווייניגסטנס 15,000 מענטשן זענען געשטאָרבן אָדער דערהרגעט געוואָרן ביי דעם באַזונדערן טויט מאַרש. דריי טעג שפּעטער, דעם 21טן יאַנואַר, זענען 4,000 אַרעסטאַנטן, מייסטנס אידן פאַרשיקט געוואָרן פונעם ? לאַגער. אין דעם חודש האָבן די דייטשן אויך אָנגעהויבן אויסליידיגן דעם סטוטהאף לאַגער קאָמפּלעקס-נעץ וועלכער האָט אין יענער צייט געהאַלטן 47,000 אַרעסטאַנטן, איבער 35,000 פון זיי אידן רוב פון זיי פרויען. אַ סך-הכל פון 7,000 אידן 6,000 פרויען און 1,000 מענער האָבן געצווינגנערהייט מאַרשירט פאַר 10 טעג. זיבן הונדערט זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינמיטן וועג. די וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם מאַרש אליין זענען אָנגעקומען צום באַלטישן ים דעם 31טן יאַנואַר. דעם זעלבן טאָג האָבן די נאַציס אריינגעשטופּט די איבערגעבליבענע אַרעסטאַנטן אינעם ים אַריין און זיי געשאָסן― בלויז דרייצן האָבן איבערגעלעבט.

די עוואַקואַציע פונעם הויפּט לאַגער פון גראָס-ראָזען און זיינע אונטערלאַגערן האָט זיך אָנגעהויבן אום פעברואַר 1945. אַלץ אינאיינעם זענען 40,000 אַרעסטאַנטן מאַרשירט געוואָרן, און טויזענטער זענען דערמאָרדעט געוואָרן לענג-אויס דעם וועג.

אום פעברואַר זענען די 20,000 אידישע אַרעסטאַנטן וועלכע האָבן געאַרבעט אין די ? אַרבעטס לאַגערן, אָדער דערמאָרדעט געוואָרן גלייך פאַר דער עוואַקואַציע אָדער בשעת דעם טויט מאַרש אַוועק פון די לאַגערן.

דורכאויס מערץ און אַפּריל 1945 בשעת די מלחמה האָט זיך געצויגן צו אַ סוף, האָבן די נאַציס עוואַקואירט לאַגער נאָך לאַגער, שיקנדיג צום ווייניגסטנס 250,000 פון זייערע 700,000 לאַגערס אַרעסטאַנטן אויף טויט מאַרשן. עטליכע פון די מאַרשן האָבן זיך געצויגן וואָכן פאַרשאַפנדיק טויזענטער טויטפאַלן לענג-אויס די שאָסייען פון מערב עסטרייך און צענטראַל דייטשלאַנד. אָפט מאָל זענען די אַרעסטאַנטן מאַרשירט געוואָרן טייל פונעם וועג צו פוס און ווייטער אויף געפּאַקטע באַנען–זיבעציג מענטשן אויף אַ וואָגן –וואו זיי זענען אָפּגעזאָגט געוואָרן עסנוואַרג און וואַסער.

דעם 6טן אַפּריל 1945 האָט זיך די עוואַקואַציע פונעם הויפּט בוכנוואלד לאַגער אָנגעהויבן. 3,100 אידישע אַרעסטאַנטן זענען אַוועק מאַרשירט געוואָרן, פון וועלכע 1,400 זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינמיטן וועג. איבער די קומענדיגע פיר טעג זענען נאָך 40,000 אַרעסטאַנטן עוואַקואירט געוואָרן פונעם לאַגער, פון וועלכע 13,000 זענען דערהרגעט געוואָרן. בלויז מער ווי 20,000 אַרעסטאַנטן זענען איבערגעבליבן אינעם לאַגער, אריינגערעכנט עטליכע אידן.

איינער פון די איבערגעבליבענע בוכענוואלד אונטערלאַגערן צו ווערן אויסגעליידיקט איז געווען רעמסדארף, וועליכער איז עוואַקואירט געוואָרן דעם 13טן אַפּריל. איבער 4,000 אַרעסטאַנטן האָבן פאַרלאָזט דעם לאַגער, אָבער נישט מער ווי 500 האָבן איבערגעלעבט דעם סוף פונעם מאַרש.

די עוואַקואַציע פונעם דארא-מיטעלבאו לאַגער האָט זיך אויך אָנגעהויבן אום אַפּריל. רוב פונעם לאַגערס אַרעסטאַנטן זענען מאַרשירט געוואָרן פאַר צוויי וואָכן קיין בערגן-בעלזן. איין גרופּע אַרעסטאַנטן איז געצווינגען געוואָרן אַריין צו גיין אין אַ שטאַל וואָס איז דאַן אינטערגעצינדן געוואָרן. אַמעריקאַנער טרופּעס זענען אָנגעקומען דעם אַנדערן טאָג און אַנדעקט הונדערטער פאַרברענטע קערפּערס.

אום ענדע אַפּריל האָבן די נאַציס אָנגעהויבן דורכצופירן טויט מאַרשן פון פלאסענבערג, זאכענהויזען, נענגאמע, מאגדעבורג, מאטהויזען, ראוונסברועק, און פון נאָך עטליכע פון די דאכוי אונטערלאַגערן. בשעת די מאַרשן, וועלכע האָבן אנגעהאַלטן ממש ביז צום טאָג פון דער נאַצישער קאַפּיטולירונג צוויי וואכן שפּעטער, זענען צענדליקער טויזענטער אַרעסטאַנטן געשטאָרבן אָדער הינגעריכטעט געוואָרן. די וואָס זענען אָפּגעשטאַנען אָדער זיך אָפּגעשטעלט אויסצורוען זיך, אַפילו אויף אַ רגע, זענען דערשאָסן געוואָרן. אין איין פאַל זענען טויזענטער מייסטנס אונגארישע אַרעסטאַנטן באַגראָבן געווארן לענג-אויס אַ קורצן 37-מייליגן מהלך צווישן גונסקריכען און מאטהויזן.

סך-הכל זענען אַן אָפּשאַץ פון 200,000-250,000 קאָנצענטראַציע לאַגערס אַרעסטאַנטן דערמאָרדעט געוואָרן אָדער געשטאָרבן ביי די געצווינגענע טויט מאַרשן וועלכע זענען דורכגעפירט געוואָרן דורכויס די לעצטע צען חדשים פון דער צווייטער וועלט מלחמה, 25% ביז א דריטל פון זיי אידן.


זעט אויך

רעפערענצן

דרויסנדיגע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!