רוי:באגאזש

ווערסיע פון 09:12, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

וואליזעס וואס ווארטן אין א פליפעלד צו ווערן אנגעלאדן אויף אן עראפלאן

באַגאַזש באדייט רענצלעך, וואליזעס און טשעמאדאנעס וואס א מענטש ניצט צו האלטן זיינע ארטיקלען וואס ער נעמט מיט אויף א רייזע. היינטיגע צייטן נעמט מען מיט אין דער באגאזש קליידער און אנדערע באדערפענישן פאר דער רייזע. ווען מען קומט צוריק טוט מען אויך נעמען אנדענקען (סואווענירן) אין דער באגאזש.

ווען מען פארט אויף אן עראפלאן טוט מען מיטנעמען לייכטע באגאזש ווייל מ'לאזט נישט ברענגן קיין סך געוויכט. די גרויסע טשעמאדאנעס ווערן גענומען מיט דער פראכט, אבער איין אדער צוויי קליינע טעקעס אדער רענצלען קען מען ארויפנעמען אליין.

עס זענען פאראן אזעלכע זעק צו האלטן אן אנצוג אדער א פרוי'ס קלייד.

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!