רוי:איניד בלייטאן
געבורט | אויגוסט 11, 1897 |
---|---|
פטירה | נאוועמבער 28, 1968 (אלט: 71) |
יצירות בולטות | די "בארימטע פינף", "נאדי" |
איניד מערי בלייטאָן (ענגליש: Enid Mary Blyton, אויגוסט 11, 1897 – נאוועמבער 28, 1968) איז געווען אן ענגלישע שרייבערין. זי איז געבוירן געווארן אין דאלוויטש, דרום לאנדאן, ענגלאנד. זי איז געווען איינע פון די מערסט באקאנטע קינדער שרייבער אין דער וועלט[מקור פארלאנגט].
אירע מערסט בארימטע געשיכטעס זענען די "בארימטע פינף", וועגן א גרופע פיר קינדער (דיק, זשוליען, אן און דזשארדזשינא, וואס האט געוואלט הייסן דזשארדזש) און זייער הונט (טימי), און איר "נאָדי" סעריע פאר יונגע קינדער.
זי האט געשריבן ארום 800 ביכער[מקור פארלאנגט]. אירע שריפטן זענען איבערגעטייטשט געווארן אויף 90 שפראכן און עס זענען פארקויפט געווארן דערפון מער ווי 600 מיליאן שטיק[מקור פארלאנגט].
איר ערשטער בוך איז ערשינען אין יאר 1922.
זי האט ערמוטיגט אירע ליינער צו שטיצן וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס לטובת בעלי חיים און קינדער.
קריטיק
טייל ביבליאטעקן און שולעס האבן פארבאטן אירע ביכער[אויסקלארונג פארלאנגט] און פון די 1930ער יארן ביז צו די 1950ער יארן, האט זיך דער בי בי סי אפגעזאגט פון צו פובליצירן אירע מעשיות[אויסקלארונג פארלאנגט]. זייט די 1950ער יארן, זענען אירע ביכער קריטיקירט געווארן צוליב ראסיזם און אנדערע טענות[1].
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: איניד בלייטאן |
- דער איניד בלייטאן געזעלשאַפט (ענגליש)
- EnidBlyton.net (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ Clear Orf, Political Correctness (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!