רוי:רבי יהודה הורוויץ (מעליץ)

ווערסיע פון 20:23, 4 יאנואר 2011 דורך YI>פוילישער (תיקונים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי יהודה הורוויץ זצ"ל (ה'תק"ף - ט' טבת ה'תרל"ט), רב אין מעליץ.

אפשטאם

רבי יהודה'לע איז געבוירן אין יאר ה'תק"ף, צו זיין פאטער הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשאוו.

רבנות

אין יאר ה'תקצ"ט נאך די פטירה פון זיין פאטער, איז רבי יהודה'לע אויפגענומען געווארן אלס רב אין מעליץ אויף זיין פאטער'ס ארט. רבי יהודה'לע איז געווען א תלמיד פון דברי חיים און פון זיין פעטער רבי אליעזר'ל דזשיקאווער.

הסתלקות

רבי יהודה'לע איז נפטר ט' טבת ה'תרל"ט.

פאמיליע

רבי יהודה'לע האט געהייראט א טאכטער פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, דער שרף פון מאגלניצא. זיינע קינדער:

  • מרת פרידא, די ווייב פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין בערטש.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר