רוי:שלום לאנדא

סאטמארער דיין און תופס ישיבה
שלום לאנדא
באלאנג סאטמאר אהרונים
אמטן ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ
זיינע רביס רבי משה מנחם טירנויער
חיבורים א גליון וואס פלעגט ערשיינען וועכנטליך

הרב שלום לאנדא איז א דיין אין וויליאמסבורג און ער פירט אויך א ישיבה.

ער איז א זון פון רבי יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם אין קרית יואל, און א ברודער פון רבי משה לאנדא, רב פון ביהמ"ד יאמפאלע אין וויליאמסבורג, און א ברודער פון הנגיד יואל לאנדא.

ער האט באלאנגט ביי סאטמאר מהר"א אנפאנג פון דעם מחלוקת און ער האט געפירט די "ערכאות" פון זייער צד, און ער ווערט אפט קרעדיטירט מיטן אויפבויען די הופער ביהמ"ד אין בלויז צוויי וואכן מיטן הילף פון יצחק ראזנבערג אבער שפעטער האט ער זיך ארויסגעצויגן פון דארט און פירט אן א אייגענע ישיבה פאר עלטערע בחורים.

ישיבה

זייענדיג א תלמיד פון הגאון רבי משה מנחם טירנויער וואס מען פלעגט רופן אין ישיבה דיין, האט ער אדאפטירט דעם נאמען "דיין" אין ישיבה, אנשטאט "ראש ישיבה",

חודש תשרי תשע"ז האט ער געעפנט די ישיבה עמודי דגירסא ריבניץ[1] פאר עלטערע בחורים פון קווינס ישיבה. היינט צוטאגס האט ער בחורים פון סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס און פון מתיבתא קרית יואל, די ישיבה איז היינט בערך 45 בחורים.

ער איז באקאנט מיט זיין קענטעניס אין תורת הנפש, אזוי אויך אינעם פעלד פון שלום בית און מען זאגט אז ער האט שוין ארויס געהאלפן צענדליגע אינגעלייט בעת צר, אזוי אויך זאגן זיינע נאנטע אז ער איז בקי אין חכמת הפרצוף, אויך קוקט ער הענט, און פאר יעדע שידוך אין ישיבה בעהט ער א בילד פון די מיידל, און אזוי זאגט ער צו מען זאל טוהן די שידוך אדער נישט.

טיילונג פון זיין ישיבה

רבי שלום האט געצייגט אז ער זיכט בחורים נאר פאר קלענערע תקופות, און ער גלייכט נישט בחורים זאלן זיך באקוועם מאכן דארט, ער גלייכט התחדשות'ער, אלזא יעדע שטיק צייט טוישט מען דארט די בחורים, אמאל איז עס א חבורה פון "מיר" וואס איז שטעקן געבליבן אין אמעריקע צוליב קאוויד, און נאך אזעלכע, אלזא האט זיך געמאכט א קאנפליקט מיט די איינגעשטעלטע איבער דעם פאליסי פון נישט לאזן די בחורים זיך באקוועם מאכן דארט, און נאך א געראנגל מיט רבי שלום האט די ישיבה זיך צוטיילט, און טייל איינגעשטעלטע האבן געעפנט א פרישע ישיבה, ישיבה ים התלמיד.

תלמידים

כדי זיך צו האלט נאנט מיט זיינע תלמידים שיקט ער כסדר מתנות, פסח תשפ"ג האט ער געשיקט פאר אלע זיינע יוצאים א הגדה של פסח אידיש טייטש געמאכט דורך די מכון פון זיין ברידער יואל לאנדא.

נאך איבער זיין קאריערע

רבי שלום איז א מענטש וואס האט שוין עוסק געווען אין מערערע פעלדער דורכאויס זיין קאריערע; צווישן זיי האט ער אנגעפירט א רעסטאראנט.

אזוי אויך האט ער געפירט א בית דין שטיבל מיטן נאמען לדון ולהורות ווי ער האט געדינט אלץ ראב"ד, אבער נאך א קורצע צייט האט זיך דאס פארמאכט.

אזוי אויך ווערט ער קרעדיטירט פארן ערפינדען די קלינגער ביי גראסערי רעכענער,

ער פלעגט אויך ארויסקומען וועכנטליך מיט א גליון וואס פלעגט זיין א חושן משפט מעשה מיט הלכות,

און נאך פיל ערפינדונגען און תחומים וואס ער האט שוין געטוהן דערינען.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!