דרעפט:אמונת ישראל
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי שמואל יהודה זילבער איז די רב פון אמונת ישראל אין בארא פארק.
ביאגראפייע
ער איז געבוירן אין בארא פארק צו רבי מרדכי מנשה זילבער און צו זיין מוטער טאכטער פון רבי משה וואלפסאן. דער רב איז חתונה געהאט צום רעבעצ'ן טאכטער פון רבי חיים לייב כ"ץ.
ער איז געווען שטארק באליבט ביי זיין זיידן רבי משה וואס האט אים אין יאר תש"פ אויפגענומען אלס דיין אין מורה הוראה פון קהל אמונת ישראל און אלס א משפיע רוחני און ראש חבורה פון די בחורים.
נאך זיין זיידן רבי משה'ס הסתלקות, ביים לוויה אין בארא פארק, י"ז סיון תשפ"ד, איז ער אויפגענומען אלס רב פון די קהילה און די בית מדרש אין שטאט בארא פארק.
ער איז באקאנט אלס א תלמיד חכם און א עובד ה', ער גיבט אויך שיעורים אין הלכה[1].
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
- ↑ דיני סעודת שבת - ר' שמואל יהודה זילבער שליט"א, דורך 0tEVZticA14 אויף יוטיוב