רוי:יארהונדערט

ווערסיע פון 16:52, 24 דעצעמבער 2014 דורך YI>פוילישער (געענדערט סארטירן צו קאטעגאריע:יארהונדערטער: "*" דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א יאָרהונדערט איז א תקופה פון א הונדערט יאר. דאס ווערט געניצט געוויינלעך מיט יוליאנישע און גרעגאריאנישע יארן.

דער ערשטער יארהונדערט איז געווען די יארן פון 1 ביז 100. (אין דעם יוליאנישן קאלענדער איז נישט געווען קיין יאר 0.)

מען ציילט יארהונדערטער מיט סדרדיקע נומערן, למשל, דריטער יארהונדערט, 17טער יארהונדערט.

היינט געפינט מען זיך אינעם 21סטן יארהונדערט, וואס האט אנגעהויבן אין 2001 און ציט זיך ביזן יאר 2100.

אנדערע קאלענדארן

אינעם יידישן קאלענדאר ציילט מען יארהונדערטער פון, למשל, ת"ש ביז תשצ"ט, וואס זענען די ת"ש יארן.

אין דעם הינדו קאלענדאר ווערן די יארן געציילט אין גרופעס פון 60 יאר.