רוי:יאקאב בערנולי

ווערסיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

יאקאב בערנולי (27סטן דעצעמבער 165416טן אויגוסט 1705) איז געווען א פראמינענטער שווייצער מאטעמאטיקער.

יאקאב בערנולי איז געבוירן אין באזעל, שווייץ. ער האט אנגעהויבן שטודירן טעאלאגיע, אבער ער האט אויך שטודירט מאטעמאטיק און אסטראנאמיע. פון 1676 ביז 1682 איז ער ארומגעפארן אייראפע און האט געלערנט וועגן די נייע ערפינדונגען אין מאטעמאטיק.


ער האט זיך אויסגעלערנט קאלקולוס דורך א קארעספאנדענץ מיט גאטפריד לייבניץ. אין 1690, איז יאקאב בערנולי געווארן דער ערשטער צו אנטוויקלען דעם טעכניק צו לייזן שיידבארע דיפערענצאלע גלייכונגען.

ווען ער איז צוריק אין באזעל אין 1682, האט ער געגרינדעט א שולע פאר מאטעמאטיק און וויסנשאפט. מען האט אים באשטימט פראפעסאר פון מאטעמאטיק אינעם אוניווערסיטעט פון באזעל אין 1687, און ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז זיין טויט.