רבי אליעזר צבי סאפרין
רבי אליעזר צבי סאפרין (גערופן: רבי אליעזר'ל קאמארנער) (ה'תק"צ – כ"ד אייר ה'תרנ"ח) איז געווען דער דריטער קאמארנער רבי, מחבר פון א רייע קבלה און חסידישע ספרים, די באוואוסטע פון זיי "דמשק אליעזר" און "זקן ביתו".
זיין נייעם געבויטע ציון (צווייטע פון רעכטס) אינעם אוהל הקדוש אין שטאט קאמארנא |
תולדות חייו
רבי אליעזר'ל איז געבוירן אין שטאט סאמבור צו זיין טאטע רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל און צו זיין מוטער גיטל, טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינשטעוו, א תלמיד פונעם רבי'ן פון לובלין, רבי יעקב יצחק. אלס יונגערמאן האט ער זיך אריינגעלייגט אין תורת הקבלה, און געלערנט אינאיינעם מיט זיין טאטע ברזי הנסתר.
אין יאר תר"א האט ער חתונה געהאט מיט'ן רעבעצן חנה שרה[1], טאכטער פון רבי יוסף שעהנער, א איידעם פונעם מגיד רבי מנחם מאניש פון דרוהוביטש, אייניקל פון רבי נתן נטע שפירא (דער 'מגלה עמוקות').
ער האט זיך מדבק געווען צו זיין פעטער רבי משה סאמבורער, בעל 'תפילה למשה', און צו זיין זון רבי יהודה צבי, דער ראזלאר רב בעל 'דעת קדושים', און צו זיין שוועסטערקינד רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשויב.
ח' אייר תרל"ד, צוויי טאג איידער זיין טאטנ'ס פטירה, האט זיין טאטע איבערגעגעבן א צוואה פאר זיין רעבעצן חנה שרה, בנוגע די המשך ההנהגה: "מיין זון רבי אליעזר'ל זאל זיצן אויף מיין פלאץ, און ער איז ראוי צו ממלא מקום זיין און ממשיך זיין די שושלת הקודש, און מען זאל איהם אנטוהן מיט ווייסע קליידער, כמנהג תלמידי הבעל שם טוב".
טאקע נאך רבי אייזיקל'ס פטירה האבן די חסידים איהם אופגענומען אלס רבי. אין אנהייב פון די הנהגה איז ער געפארן קיין צאנז, צום צאנזער רב, רבי חיים האלבערשטאם.
ער איז נסתלק געווארן כ"ד אייר ה'תרנ"ח, און ער איז באגראבן געוארן לעבן זיין טאטנ'ס ציון אין דעם בית החיים אין קאמארנא.
ביים חורבן אייראפע איז די בית החיים חרוב געווארן דורך די נאציס, און אין די תש"נ יאהרן איז בהשתדלות רבי משולם פייש לאווי, דער טאהשער רבי, אופגעבויט געווארן אן אהל מיט זיין מצבה, צוזאמען מיט זיין טאטנ'ס מצבה און זיין זון רבי יעקב משה, און זיין אייניקל רבי ברוכ'ל קאמארנאר.
נאך זיין פטירה האט ממשיך געווען די הנהגה זיין זון רבי יעקב משה.
זיינע קינדער
- זיין זון רבי מנחם מאניש סאפרין פון פלשטין.
- זיין זון רבי אברהם מרדכי פון בוריסלב-קאמארנע
- זיין זון און ממלא מקום רבי יעקב משה פון קאמארנא.
- זיין זון רבי פנחס נתן פון רידיק.
- זיין איידעם רבי יהודה צבי טויב פון ראזלא, אייניקל פון רבי אייזיקל קאלובער.
- זיין איידעם רבי משה משאץ.
זיינע ספרים
- דמשק אליעזר, א פירוש אויפ'ן זוהר הקדוש, זיבן בענדער.
- בן ביתי על התורה וחמש מגילות.
- בן ביתי אויף תהלים.
- זקן ביתו אויף פרקי אבות.
- אור עיניים מפתח אויף ענייני קבלה לויט'ן סדר א-ב, 2 חלקים. נייע מהדורה מיט הוספות פון כתב יד, תש"פ.
צו ליינען מער
- הרב ישראל פרנקפורטר, "שפע ברכה והצלחה", אינעם ספר: שלשלת קאמארנא, עמ' קס"ב-ר"נ, ירושלים תשס"א.
- יעקב הייזלר, אור מופלא במלאת מאה ועשרים שנה להסתלקותו, המבשר-תורני, בהר, י"ט אייר תשע"ח, זייטן ד-ז
דרויסנדע לינקס
צווישן זיינע ספרים:
- דמשק אליעזר
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע חלק א', חלק ב - אליעזר צבי סאפרין (1830-1898), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק