אדאלף אייכמאן איז געווען א דייטשער נאצישער מלחמה-פארברעכער. ער איז געווען איינער פון די פירער פאראנטווארטליך פאר דער פאקטישער דורכפירונג פון דעם לעצטן לעזונג פלאן פאר דער פארניכטונג פון די אידן אין דער צווייטער וועלט-קריג.



ביים סוף פון דער מלחמה איז אייכמאן געכאפט געווארן דורך די אמעריקאנער און אריינגעזעצט געווארן אין טורמע אונטער'ן נאמען "אטא עקמאן". יאנואר דעם דריטן תש"ו האט מען אין נירנבערג עדות געזאגט וועגן זיינע אקציעס. דער לעצטער איז אנטלאפן פונעם קאנצענטראציע לאגער. איידער זיין אידענטיטעט איז אנטדעקט געווארן, האט ער זיך אריבערגעצויגן צו עטליכע ערטער און זיך ענדליך באזעצט אין א קליין דארף צפון פון זעלא, וואס איז געווען אקופירט דורך די בריטאניער.

אין תש"י איז ער געפארן קיין איטאליע, וואו ער איז געהאלפן געווארן דורך געווארן דורך באאמטע אינעם וואטיקאן צו קריגן א רויטע-קרייץ סערטיפיקאט אונטער דעם נאמען "ריקארדא קלעמענט". ער איז אנגעקומען מיט א שיף קיין בוענאס-איירעס, ארגענטינא, וואו ער איז באגריסט געווארן דורך אן עס-עס אפיציר און אגענט פון דעם דייטשישן אינטעליגענץ. יענער האט אים איינגעארדנט א דירה און געשאפט אן ארגענטינא אידענטיפיקאציע-קארטל.

פון ארגענטינא האט דער חיה בצורת אדם זיך פארבינדן מיט זיין פרוי דורך בריוו, און מסדר געווען אז די פאמיליע זאל קומען צו אים. אין זומער תשי"ב האבן זיין פרוי און קינדער פלוצלינג פארלאזט עסטרייך און אויך געקומען קיין ארגענטינע.

שוין אין יאר תש"ו איז ארגאנאזירט געווארן אין וויען, עסטרייך א גרופע וואס האט פרובירט נאכצופאלגן דעם דייטשן שלאנג. וויבאלד ער האט זיך נישט געלאזט פאטאגראפירן אין פאבליק, איז אפילו איין בילד נישט געווען פון אים. ביז זיי האבן געפונען איינעם פון זיינע פריינד, און פון יענעם ארויסדערווישט א בילד פון דעם געזוכטן.

אום י"ד אייר איז דער אכזר ענדליך ארעסטירט געווארן, דורך די געהיימע "מוסד" אגענטן, אין א שפאנענדע און געפארפולע אקציע. ער איז איינגעשלעפט געווארן פאר עטליכע שעה, און אזוי איז געלונגען אים ארויפצושמוגלען אויף א פליגער און אפפירן קיין ארץ-ישראל, וואו עס האט אים געווארט א שווערע געריכט.