רבי שמואל בערעזאווסקי
רבי שמואל ברזובסקי (ארויסגעזאגט בערעזאָווסקי; געבוירן געווארן כ"ט אלול תרצ"ו[1], סעפטעמבער 16 1936) איז דער היינטיגער סלונימער רבי, מחבר פון די רייע ספרים "דרכי נועם".
געבורט |
סעפטעמבער 16 1936 (יארגאנג: 88) כ"ט אלול תרצ"ו | ||||
---|---|---|---|---|---|
וואוין אָרט | ירושלים | ||||
טעטיגקייט אָרט | ירושלים | ||||
|
ביאגראפיע
רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו זיין פאטער רבי שלום נח, וואס האט דעמאלס געדונט אלס ראש ישיבה פון ישיבת בית אברהם סלאנים, און צו זיין מאמע מרת חוה מרים, טאכטער פון רבי אברהם וויינבערג, דער סלאנים'ער רבי בעל ברכת אברהם. אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת בית אברהם, וואו ער איז געווען פאררעכענט אלס איינער פון די חשוב'ע תלמידים און דעמאלס בולט געווען מיט זיין התמדה בתורה און עבודת ה'. ער האט זיך מסתופף געווען בצל קדשו פון זיין גרויסן זיידען דער ברכת אברהם. ער האט חתונה געהאט[2] צו זיין רעבעצין מרת שיינא רחל (תרצ"ט - כ"ב טבת תשס"ו), טאכטער פון רבי נפתלי חיים אדלער, אן איידעם פון "אמרי חיים" פון וויזשניץ, רבי חיים מאיר האגער, וואס האט איהם זייער מחשיב געווען[3]. נאך פאר'ן חתונה האט ער געדונט אלס א מגיד שיעור אין ישיבת בית אברהם.
ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן אלס סלונים'ער רבי נאך זיין שווער'ס פטירה, ביום י"ב סיון תשמ"א, איז רבי שמואל אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו צו שטיין אין שפיץ פון ישיבת בית אברהם. דאס האט ער ממשיך געווען ביז'ן אויפגענומען ווערן אלס רבי, נאך זיין טאטען'ס הסתלקות.
זיינע שיעורים וואס ער האט געגעבן אין ישיבה זענען שפעטער געדרוקט געווארן אין די ספרים "דרכי נועם על הש"ס".
נאך זיין טאטען'ס פטירה ביום ז' אב תש"ס איז ער לויט זיין טאטען'ס צוואה אויפגענומען געווארן אלס זיין ממלא מקום באדמו"רות און אין נשיאות פון ישיבת בית אברהם.
ער האט עטוואס געטוישט אביסל פון זיין טאטען'ס הנהגה בנוגע חניוק'ישקייט[4], ווי אויך האט ער פראבירט אריינצוברענגען דעם אידיש'ן שפראך צווישן זיינע חסידים.
ער איז א שארפע מתנגד קעגן די טעכנעלאגישע כלים:
מלכתחילה, עוד בטרם התחילו לדבר על האינטרנט וסכנותיו, הרגשתי רגש שנאה כלפי המחשב. בשעתו הציעו לי להשתמש בו לשם עיון וחיפוש בספרים, כידוע שהוא מאד מסייע ומקל בחיפוש ומציאת מקורות. אך לעצמי לא רציתי שום מגע עם המכשיר הזה, רצוני לעבור את העולם מבלי שידי תגע אפילו פעם אחת במקשי המחשב.
— דרכי נעם ז' אייר תשע"ז
ער לאזט נישט אריין ברענגען אין זיין הויז א קאמפיוטער[3]. עס איז פארהאן א וועדה פון פגעי הטעכנאלאגיע אינערהאלב די חסידות.
זיינע שמועס'ן און ספרים
אין זיינע שמועסן טוהט ער ברענגען אסאך פסוקים פון נ"ך, ווי אויך פון ספר "המספיק לעובדי השם" לרבי אברהם בן הרמב"ם, און פון זוהר. אזוי ווי די פריערידגע רביס פון סלונים טוהט ער אסאך רעדן אויף קדושה ענינים און אויף שבת קודש.
זיינע תורות, שמועסן און שיעורים ווערן געדרוקט כסדר אין די רייע ספרים "דרכי נועם" וואס אסאך פון זיי זענען אנגענומען געווארן ביים עולם החסידות. די מוציאים לאור פון די ספרים זענען חברי מכון דרכי נועם.
אין יאהר תשע"ה זענען ארויסגעקומען צוויי בענדער "דרכי נועם בעבודת ה'" מסודר לויט עניינים, אזוי אויך זיינע שמועסן וואס ער האט געזאגט אינעם סלונימער ישיבה "בית אברהם", דינענדיג אלס ראש ישיבה.
אין יאהר תשע"ט איז ארויסגעקומען די ערשטע באנד פון די רייע ספרים "דרכי נועם - מועדים" אויף מועדים וזמנים, די באנד איז עוסק אין: בשערי הימים הנוראים חודש אלול, ראש השנה. אין יאהר תשפ"א איז ארויס די צווייטע באנד וואס איז עוסק אין עשרת ימי תשובה, יום כיפור אין זמן שמחתנו.
אין יאהר תשפ"ב זענען געדרוקט געווארן דריי בענדער "דרכי נועם - על הש"ס", זיינע שיעורים וואס ער האט איבערגעגעבן אין ישיבה: יבמות, כתובות, נדרים, גיטין, קידושין, בבא קמא, בבא מציעא, אין בבא בתרא.
די מיידל שולע אין עמנואל
אין יאהר תש"ע (2010) איז מפורסם געווארן די פרשה פון בג"ץ בית הספר בית יעקב בעמנואל, ווען ער האט שטארק פארפירט מען זאהל נישט אריין נעמען מיידלעך פון שוואכערע משפחות צו די ארטיגע חרדי'שע מיידל שולע, וואו זיינע חסידים'ס טעכטער האבן געלערנט. צוליב דעם האט מען געוואלט איינזעצן די מיידלעך'ס עלטערן, נישט ווילנדיג מקיים זיין דעם ציוניסטישע בג"צ'ס פסק דין[5].
ער האט דאן געשריבן א שארפן בריוו: ”אילו הייתי חושב ששופטי בית המשפט מאמינים במה שהם אומרים, שבית הספר בעמנואל יסודו באפליה גזענית, נראה לי שהייתי נוהג אחרת, אך מאחר שאין לי כל שמץ של ספק שהם יודעים את האמת, שכל דבריהם בשקר יסודם, אם כן אין זה אלא מאבק בין אמונה לכפירה, בין כח הקדושה לכח הטומאה של הסטרא אחרא... ובמאבק על קידוש השם גם אם יעמידו אותנו מול כיתת יורים, לא נוותר ולא נתפשר כמלוא נימה”[6].
משפחתו
ער האט 14 קינדער:
זין
- רבי ישראל, פריער איז ער געווען רב פון קהילת סלונים אין חזון יחזקאל און היינט רב פון שכונת הגפן (B) אין ביתר עילית און חבר בד"צ אגודת ישראל, איידעם פון רבי אברהם שטרנבוך.
- רבי משה, ראש ישיבת בית אברהם - סלונים, איידעם פון רבי שמעון ברייש פון ציריך (זון פון רבי מרדכי יעקב, בעל "חלקת יעקב").
- רבי ברוך, ראש כולל 'אמרי נועם' פון חסידי סלונים אין ירושלים. איידעם פון רבי משולם וינברגר אב"ד טשאבע.
- רבי דוד, איידעם פון רבי שלמה בקרמן ראש מוסדות טשכנוב.
- רבי יעקב שמשון, מגיד שיעור אין ישיבת "בית אברהם" - סלונים לצעירים, איידעם פון רבי צבי אלימלך קורנרייך פון אמעריקע.
- רבי מאיר, איידעם פון רבי אפרים הרשקוביץ, מנהל רוחני אין מוסדות נדבורנה ביתר עילית, און משפיע רוחני אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית.
- רבי מרדכי, איידעם פון רבי נפתלי פון בוסטון, מנהל און משגיח רוחני אין ישיבת "בית אברהם" סלונים.
טעכטער
- שרה, ווייב פון רבי יהודה שטרנברג, מכותבי השיחות של סבו האדמו"ר רבי שלום נח ושל חותנו און מגיד שיעור אין ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים בירושלים.
- צביה, ווייב פון רבי אורי ויסבלום, ראש ישיבת סלונים לצעירים - 'נתיבות שלום' אין ביתר עילית.
- ברכה, ווייב פון רבי גדליה ריזל, רב הקהילה אין קריית גת און ראש רשת הכוללים פון חסידות סלונים אין חבל לכיש.
- דבורה, ווייב פון רבי חיים יהודה לייב אויערבאך, ראש כולל אין ירושלים, זון פון רבי מרדכי אוירבך.
- שולמית, ווייב פון רבי פנחס שלאף, ראש כולל פון חסידי סלונים אין ביתר עילית.
- הדסה, ווייב פון רבי יצחק אייזיק כץ, מגיד שיעור אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית.
- רבקה, ווייב פון רבי יעקב יצחק וילהלם, מגיד שיעור אין "ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים" אין ירושלים.
דרויסנדע לינקס
- תמליל דבריו בפני חסידיו בביקורו בכלא מעשיהו, אויף בחדרי חרדים, 21 ביוני 2010.
- אברהם הלוי, האדמו"ר מסלונים: "הדביקו עליי אות-קלון שאני גזען", אויף כיכר השבת, 28 ביוני 2010
רעפערענצן
- ↑ מכתב ה"ברכת אברהם" וה"נתיבות שלום" - בשורה על הולדת הנכד - האדמו"ר מסלונים שליט"א, אויף קדם.
- ↑ הזמנה לחתונת האדמו"ר מסלונים שליט"א מחמיו הרב נפתלי חיים אדלר מדזיקוב נתניה, אויף בידספירט
- ↑ 3.0 3.1 יאיר וינשטוק, "זכרונות של אהבה", בקהילה, כ"ג בטבת ה'תשפ"ד, עמ' 50
- ↑ למשל אראפגעלאזטע געקראזעלטע פיאות אנשטאט הינטער די אויערן.
- ↑ אביאל מגנזי, צפו באדמו"ר נפגש עם ההורים: זה דומה לגרמניה, אויף ynet, 17.6.2010
- ↑ עם ה' חזקו ונתחזקה