רוי:ביראפעלד
ביראָפעלד (רוסיש: Бирофельд) איז אַ דאָרף אינעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין רוסלאַנד.
ביראָפעלד געפינט זיך בערך 40 קילאָמעטער צום דרום-מערב פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. לויט די אָנגאַבן פון 2010 באַטרעפט די באַפעלקערונג פון ביראָפעלד 2010 נפשות.
געשיכטע
ביראָפעלד איז געגרינדעט געוואָרן אין זומער 1928 דורך אַ גרופּע פון ייִדישע איבערוואַנדערער (224 נפשות). אין יולי פון דעם יאָר איז דאָ געשאָפן געוואָרן דער ערשטער אויפן ווייטן מזרח ייִדישער דאָרפס-ראַט. ביז סוף פון 1928 זענען געשאַפן געוואָרן צוויי לאַנדווירטשאַפטליכע קאָמונעס – "יעווניטעכינע" און "אָקטיאַבער". ביז 1930 האָט דאָס דאָרף געטראָגן דעם נאָמען אַלעקסאַנדראָווקע. אין 1930 איז געגרינדעט געוואָרן דער ייִדישער קאָלווירט "ביראָפעלד", וועלכער האָט געגעבן זיין נאָמען דעם גאַנצן דאָרף. אין אָנהייב פון די 30ער יאָרן זענען אינעם דאָרף אויסגעבויט געוואָרן 120 נייע דירות, א קליינער שפּיטאָל, אַ ייִדישע אָנפאַנג-שול און אַנדערע אַנשטאַלט און אונטערנעמונכען. אין 1950 איז לעבן דעם דאָרף ביראָפעלד אויסגעבויט געוואָרן אַ מיליטערישער אַעראָדראָם.
דרויסנדע לינקס
- פאָטאָ-בילדער פון ביראָפעלד
- די געשיכטע פון ביראָפעלד אויפן וועבזייטל פון דער ביראָבידזשאַנער געגנטליכער ביבליאָטעק אויף שלום-עליכמס נאָמען (אויף רוסיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!